Enjoying this page?

Iyar 2 - ב אייר

ב אייר, יז לעומר

יוֹם הוּלֶּדֶת אֶת אאזמו"ר - בִּשְׁנַת תקצ"ג.

צוּ זִיבּעֶן יאָהר האָט עֶם אַמאָל דעֶר צ"צ פאַרהעֶרט. דֶער זֵיידֶע האָט געֶמאַכט אַזוֹי גוּט, אַז זַיין מְלַמֵּד אִיז זֵייעֶר נִתְפָּעֵל געֶוואָרעֶן, האָט זִיך נִיט געֶקעֶנט אַיינהאַלטעֶן אוּן געֶזאָגט דעֶם צ"צ: הַא וואָס זאָגט אִיהר, עֶר מאַכט גוּט. דעֶר צ"צ האָט אִיהם געֶעֶנטפעֶרט: וואָס אִיז דִי הִתְפַּעֲלוּת, אַז תִּפְאֶרֶת שֶׁבְּתִפְאֶרֶת מַאכְט גוּט.