ב"ה, ט' אלול, תשי"א ברוקלין.
הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצרכי צבור כו' מו"ה נחום דוב שי'[1]
שלום וברכה!
איך בין געווען צופרידען פון דעם באזוך פון אייערע זין און טעכטער יחיו בא מיר, און בפרט פון דעם גרוס וואס זיי האבן איבערגעגעבען פון אייך (און אויך דעם פ"נ).
ווען איך וועל זיין אויפן ציון פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועל איך לייענען אייער פ"נ, און איך בין זיכער אז ער וועט מעורר זיין רחמים רבים אז עס זאל מקויים ווערען אייער בקשה וואס איר שרייבט אין דעם פ"נ, בקרוב, און וועט קאנען אליין שרייבן און אנזאגען בשורות טובות אין דעם.
זיכער ווייסט איר, אז דעם יעצטיגן חדש אלול, פלעגט אים דער שווער כ"ק אדמו"ר רופען, דער חדש פון חשבון, וועלכער השם יתברך האט אים געגעבען אונז אלעמען צו מאכן א חשבון פון דעם פאריגען יאר און אויך צו אננעמען גוטע החלטות אויף דעם קומענדען יאר הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה.
אין מדרש שטייט, אז דאס וואס הקב"ה הייסט טאן אידן, טוט ער דאס אליין אויך, במילא איז פארשטענדליך, אז אין דעם חדש הרחמים - אלול - מאכט הקב"ה אויך א חשבון פון די אלע גוטע זאכן וואס אידן האבן געטאן אין פארלויף פון די פארגאנגענע חדשים פון יאר (פון די ניט גוטע מעשים מאכט מען ניט קיין חשבון, וויילע געוויס וועלן דאך אידן תשובה טאן, וואס במילא ווערן דאך די ניט גוטע מעשים ר"ל אפגעמעקט און עס בלייבט פו זיי קיין רושם) אבער די גוטע מעשים וועלכע פארבלייבן אויף אייביג, איז תיכף פון ראש פון חדש אלול, מאכט מען פון זיי א חשבון, און הקב"ה וואס ער איז דאך תכלית הטוב, מאכט ער דעם חשבון בעין יפה, און גרייט זיך צו געבען פאר דעם אלע אידען מידו המלאה הקדושה הפתוחה והרחבה, אלעס אין וואס זיי נויטיגען זיך, און ווער רעט צו די אידן וועלכע נעמען אויף זיך גוטע החלטות אויף דעם קומענדען יאר, נעמט הקב"ה דאס אויך אריין אין חשבון, און דאס פארגרעסערט דעם זכות און דעם שכר פון די זכיות וואס דער איד האט.
פאריגען יאר האט איר בעזה"י פארגרעסערט דעם קרן גמילות חסד און אויך אריינגעבראכט די ספרי תורה, און האט אויך געשטיצט אין פרומע מוסדות חינוך, וואס דאס איז דאך א זכות וואס איז פארבונדען מיט א רבים, א חוץ אייערע פרטיתדיקע ענינים אין תורה ומצות וואס איר טוט אלעס יחיד, איז במילא בין איך בטוח אז השי"ת האט דאס אלץ אריינגענומען אין חשבון, און וועט אייך מוסיף זיין במדת החסד והרחמים שלו, און וועט אייך געבען א כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה, וואס אין דעם ווערט אריינגערעכנט גוטער געזונט און זאלט קאנען שטייגען אין לערנען תורה, אין צדקה, און אין תפלה בצבור.
א פערזענליכען גרוס פון מיר, וועלן אייך איבערגעבען אייערע קינדער יחיו. איך וויל דערמאנען דא, דאס וואס איך האב איבערגעגעבען מינדלעך און געבעטן אז איר זאלט איינארדנען א חסידישן פארבריינגען, איינמאל אדער עטליכע מאל, און זיכער אז בא א חסידישער מסיבה, וועט מען נתעורר ווערען מיט אהבת ישראל, אהבת התורה ואהבת השם, און מען וועט אייך אויך בענטשען מיט אריכות ימים ושנים טובות.
בברכת בריאות הנכונה לשנה טובה ומתוקה.
בייגעלייגט איז דער רעסיט פון די פ"נ געלט.