ב"ה, ח"י כסלו, ה'תשי"א
ברוקלין
הוו"ח אי"א נו"מ עסקן בצ"צ וכו' מו"ה לוי יצחק שי'[1]
שלום וברכה!
אייער בריוו און די בייגעלעגטע טשעקס האב איך דאנקענד ערהאלטן. זיכער האט איר אינצווישן שוין באקומען די קבלות דירעקט פון אפיס.
אלס אן אלטער עסקן אין ענינים פון מעמד, איז זיכער איבעריק פאר אייך מאריך צו זיין וועגן דעם ענין פון מעמד. אזוי ווי עס איז אבער ערב י"ט כסלו, וויל איך דא אונטערשטרייכן די ספעציעלע שייכות פון דעם ענין פון מעמד צו חדש כסלו בכלל און י"ט כסלו בפרט.
זיכער זייט איר באקאנט מיט די פרטים פון דעם ארעסט און דער באפרייאונג פון אלטן רבי'ן - י"ט כסלו, און פון ארעסט און באפרייאונג פון זיין זון דעם מיטעלן רבי'ן - יו"ד כסלו.
די רביים אין אלע דורות, פון דעם בעש"ט (גרינדער פון תורת החסידות הכללית) און אלטן רבי'ן (גרינדער פון תורת החסידות החב"דית) ביז אונזער צייט, איז ניט קוקנדיק אויף דעם וואס זיי האבן געהאט נשמות גדולות ביותר און האבן פארשטאנען אויף דעם טיפסטן אופן די גרויסקייט און טייערקייט פון לערנען תורה, נגלה דתורה און נסתר דתורה, און ליגן אין ענינים פון ג-טליכקייט, פונדעסטוועגן האבן זיי ניט געקוקט אויף זיך און האבן זיך אפגעגעבן מיט אלע עניני הכלל, און ניט נאר דאס, נאר זיינען אויך געגאנגען ביז מסירת נפש אויף צו טאן א טובה אפילו א איש פרטי. און מיין שווער דער רבי כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ האט דערציילט, אז דער צמח צדק האט געזאגט, אז אלע מסירות נפש פון זיין זיידען (רבינו הגדול) איז כלא (ווי גארנישט) לגבי דעם מסירות נפש פון אפרייסן זיך פון דעם ועמך לא חפצתי (טיפסטע אריינטראכטונג און בענקשאפט - כלות הנפש - צו ג-טליכקייט) און אפגעבן זיך מיט טאן א טובה א אידן.
מיט דער זעלבער שיטה זיינען געגאנגען אלע נשיאי חב"ד פון אלטן רבי'ן ביז כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ און לויט דער שיטה איז געווען זייער טעטיקייט ניט נאר אין אהבת ה' און אהבת התורה, נאר אויך אין אהבת ישראל, אן אונטערשייד, צי א חסיד צי אן עולם'שער, צי א למדן, צי א איש פשוט, צי אן ערוואקסענער צי א קינד.
א טייל פון די טעטיקייטן, לויט ווי די אומשטענדן האבן ערלויבט, איז געטאן געווארן באופן גלוי, און א טייל פון די טעטיקייטן - ווי צדקה צו פערזאנען אדער מוסדות אין געוויסע פאלן וואו עס האט ניט געדארפט זיין קיין פירסום, און אין ענליכע טעטיקייטן - זיינען געטאן געווארן בחשאי און צום גרויסן טייל פון דער פערזענליכער קאסע פון די נשיאי חב"ד.
די אלע טעטיקייטן ווערן אויך היינט פארגעזעצט, און מיר האפן להשי"ת, אז מיט דער הילף פון די מקושרים, חסידים און תלמידים פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, וועט זיין די מעגליכקייט זיי זאלן אויך ווייטער פארגעזעצט ווערן לויט דעם ערך פון דער נויטבאדערפטיקייט וואס ווערט ליידער גערסער, ובפרט אין דעם ענין פון צדקה בחשאי, וואס ווערט צום טייל גענומען פון קופת המעמד.
אין די טעג פון פאר י"ט כסלו און אין י"ט כסלו אליין וואס איז, ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ האט געזאגט, דער ראש השנה לחסידות ודרכי החסידות, זיינען אלע רביים ובפרט דער בעל השמחה, דער אלטער רבי, מעורר רחמים אויף די אלע וואס העלפן מיט אנצוגיין מיט דער ארבעט פון די אלע ענינים וואס ער, דער בעל השמחה, האט מייסד געווען און וואס זיינע יורשים אחריו פירן דורך לפועל בדור אחר דור.
איך פארענדיק מיט א ברכה, אז אייער טעטיקייט בענין המעמד זאל אייך ממשיך זיין ברכה והצלחה בכל המצטרך לו, און איך בעט אויך איבערגעבן א פ"ש צו די אלע וועלכע באטייליקן זיך אין דעם און העלפן אייך אין אייער ארבעט.
בברכת חג הגאולה גאולתנו ופדות נפשנו,
מנחם שניאורסאהן
בייגעלעגט די חוברת פון י"ט כסלו אויף אידיש און ענגליש, ווי אויך מיין כללותדיקער בריוו וועגן י"ט כסלו.