ב"ה, ט"ו שבט, ה'תשי"א ברוקלין
הוו"ח אי"א נו"מ עסקן רב פעלים בעל מדות וכו'
מו"ה אברהם דובער שי'[1]
שלום וברכה!
אייער טעלעגראם האב איך ערהאלטן, און איך דאנק אייך פאר די גוטע וואונ[ט]שן[2] וואס איר דריקט אין איר אויס.
עס איז מיר באזונדערס אנגעלעגט אייער אויסדרוק פון דער האפנונג, אז דאס וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע ועכ"י האט מייסד געווען וועט אויך ווייטער זיין בהצלחה.
זעלבסטפארשטענדליך, אז כדי אז די דאזיקע ארבעט זאל קענען אנגיין בהצלחה, דארף מען האבן די מיטארבעט פון די וועלכע זיינען בעלי השפעה אויף די ברייטע קרייזן אידן, בפרט פון אנ"ש וועלכע האבן געהאט דעם זכות צו שטיין נאענט צו דער דאזיקער ארבעט און וועמען כ"ק מו"ח אדמו"ר זצ"ל האט געוויזן דעם וועג ווי צו ערפילן זייערע נשמה פליכטן און שליחות.
איך האף דעריבער, אז איר וועט אויך ווייטער פארזעצן אייער פולסטע מיטארבעט, במעשים בפועל, כדי אז יעדער איינער פון אונז און אלע צוזאמען זאל קענען ממשיך זיין די ארבעט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצ"ל בהחזקת היהדות והפצת התורה בכלל, ותורת החסידות בפרט.
בברכה לו ולכל ב"ב שיחיו בטוב הגשמי והרוחני,
מנחם שניאורסאהן