Letter # 1080

1080- ה' תמוז, תשי"א חסידים זיינען ניט עלנד

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ה' תמוז, תשי"א

ברוקלין.

ברכה ושלום!

איך האב ערהאלטן אייער פ"נ און ווען איך וועל זיין אויפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע וועל איך לייענען אייער פ"נ, און געוויס וועט ער מעורר רחמים רבים זיין, אז איר זאלט האבן א רפואה קרובה.

געוויס האט איר א דאקטאר וועלכער זאגט אייך ווי איר זאלט זיך אויפפירן, און איר פאלגט אויס ווי ער זאגט אייך,

בכלל דארפן חסידים - סיי מענער און סיי פרויען - וויסן, ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר האט אמאל געשריבן צו איינעם אז חסידים זיינען ניט עלענט במילא דארפט איר זיין שטארק אין בטחון אז דורך דעם וואס מען איז פארבונדען מיט חסידים און דרכי החסידים איז מען דורכדעם אויך פארבונדן מיט דעם אילנא דחייא - דער קוואל פון לעבען - במילא דארפמען ניט זיין פארזארגט, און זיין שטארק אין בטחון אז השם יתברך וועט אייך פירן און שיקן אייך אלעס וואס איר דארפט, און אז מען איז שטארק אין דעם בטחון, פועל'ט מען אז מען זעט דאס אויך מיט די פליישיגע אויגען אין דעם טאג טעגליכן לעבן.

איך האף אז איר וועט קאנען אנזאגען מיר א גוטע בשורה פון אייער בעסערן געזונט צושטאנד, און פארענדיק מיט דער ברכה פון רפואה קרובה.