"ה, י"ז טבת, ה'תשי"א
ברוקלין
הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה אהרן שי' הכהן[1]
שלום וברכה!
אייער ברודער ידידנו הוו"ח אי"א נו"נ משאו ומתנו באמונה וכו' מו"ה יעקב שי' הכהן האט אונז איבערגעשיקט אייער טשעק אויף $100 וואס איר האט געשיקט על דעתי, און איך האב דאס פארטיילט אויף פיר חלקים: מעמד, ארבעט אין אפריקע, לשכת חשאים און מרכז לעניני חינוך, און די קבלות וועט איר ערהאלטן מיט דעם בריוו.
בנוגע מעמד, מרכז לעניני חינוך און לשכת חשאים פארשפאר איך צו שרייבן אייך, ווייל איר זייט זייכער באקאנט מיט דער ארבעט. איך וויל זיך דא אפשטעלן אויף דעם נייען געביט פון אונזער ארבעט אין אפריקע, וואס וועט אייך זיכער פרייען צו באקענען זיך דערמיט.
אייניגע וואכן פאר דער הסתלקות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, בשעת עס איז געקומען צו רייד וועגן דער ארבעט פון מרכז לעניני חינוך דורך דער לשכת הפליטים אין אייראפע, האט כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ צו מיר געזאגט: אזוי ווי אין צפון אפריקע געפינט זיך אן עין הרע א גרויסער קיבוץ אידן, מיט א סך אינגלעך און מיידלעך כן ירבו, און אזוי ווי די ארימקייט דארט איז ל"ע זייער גרויס, במילא קומט בא מיר אויס, אז די גרעסטע טייל פון זיי קאנען ניט באקומען קיין חינוך, כאטש זיי זיינען אלע יראי-שמים בתכלית - דארף מען אנהויבן דארט צו ארבעטן. בפרט אז לעבנס קאסטען זיינען דארט לפי ערך ביליק און מיט קליינע געלט קען מען אויפטאן גרויסע זאכן, ווער רעדט נאך, אז כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא.
אויף דעם גרונד פון די אנווייזונגען פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ האט מען באלד אנגעהויבן אויסצופארשן די לאגע אין צפון אפריקע. אנהויב זומער האבן מיר אהינצו געשיקט אונזערן א פארשטייער צו באקענען זיך מיט דער לאגע אויף אן ארט. אין מיטן זומער איז אהין ארויסגעפארן אונזער פארשטייער און עס האט זיך אנגעהויבן אונזער ארבעט צוצוגרייטן דעם באדן, ארגאניזירן מוסדות חינוך וועלכע זאלן זיין צוגעפאסט פאר יענער מדינה, אד"ג. אונזער פארשטייער געפינט זיך נאך דארט און פירט אן מיט דער ארבעט בקביעות.
זעלבסטפארשטענדליך ווערט די ארבעט זייער געשטערט צוליב דעם מאנגל אין געלט, און דאס הארץ טוט וויי נאך מער ווען מען באטראכט זיך, אז מיט א פאר דאלער מער האט מען געקענט אזויפיל מער אויפטאן. למשל, דער חינוך פון איין קינד במשך פון א חדש קאסט ארום אכט ביז נייען דאלער אין דער ישיבה, איינס ביז אנדערהאלבן דאלער אין תלמוד תורה. אין דעם גייט אריין די הוצאות פון א מלמד, דירה געלט, און געבן עסן איינמאל אדער צויי א טאג.
ניט קוקנדיק אבער אויף דעם מאנגל אין געלט, און געדיינקענדיק די אנווייזונגען פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, האבן מיר געמאכט פארשידענע הלוואות, און ווי באקאנט, האבן מיר שוין דארט א בית מדרש למורים (צוצוגרייטן מלמדים, פון דארטיקע געבארענע, כדי די קינדער זאלן ניט האבן שוועריקייטן מיט דער שפראך); א ישיבה גדולה; א ישיבה קטנה; תלמוד תורה פאר אינגלעך; תלמוד תורה פאר מיידלעך; אוונט שיעורים פאר בעלי-מלאכות און אנגעשטעלטע וועלכע זיינען באטאג פארנומען. אויך פירט מען אן אונטערהאנדלונגען וועגן עפענען א גאנצע נעץ תלמוד תורה'ס אין א 20 ביז 30 שטעט.
אלע מוסדות וועלכע מיר האבן דארט געגרינדעט און וועלכע מיר וועלן בעזר השי"ת נאך גרינדן טראגן דעם אלגעמיינעם נאמען "אהלי יוסף יצחק ליובאוויטש", און מ'זעט אויף יעדן טריט און שריט ווי די ארבעט גייט ב"ה מיט הצלחה און ווי דער רבי כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ פירט דערמיט אן אויך איצט. זיכער וועלן מיר אלע געניסן פון דעם גרויסן זכות פון השתתפות אין דער ארבעט און וועלן טאן אונזער פליכט בעזר השי"ת.
איך האף, אז בא אייך גייט אלעס כשורה. איך בעט לאזן גריסן מר יצחק שי' שפאלטער (איך האב אים געענטפערט אויף זיין בריוו מיט אייניגע צייט צוריק), ווי אויך אייער בוטשער מר ריבקין שי'.
איך האף צו הערן פון אייך בשורות טובות.
בברכה,
מנחם שניאורסאהן
בייליגענד איז דער ניט לאנג צוריק ערשינענער קונטרס צו ט' טבת, דער טאג ווען עס האבן זיך געענדיקט די עלף חדשים פון דער הסתלקות, ווי אויך א בריוו וועלכער האט א שייכות צום קונטרס.