Letter # 767

ערב ראש השנה, ה'תשי"א

767 - Work it out with them to ensure your child does not suffer due to the dispute with the school.

חנוך הבנים, א"א לשנות כשרוצים

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ערב ראש השנה, ה'תשי"א

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער שרייבן פון כ"ג אלול:

...וועגן דער פראגע וואו אפצוגעבן אייער טאכטער... צום לערנען? געוויס דארף מען אויף א שלום'דיקער וועג קומען צו א פארשטענדיקונג וועגן אייערע טענות צו דער הנהלה פון ישיבה אבער אייער קינד איז זיכער ניט שולדיק און זי מוז בכל אופן באקומען אן עכט אידישע ערציהונג, ווארעם אייער קינד טאר ניט ליידן פון דעם סכסוך וואס איז נאך צייטווייליג ניט אויסגעגלייכט געווארן, און א חינוך פון א קינד קען מען ניט בייטן ווען עס ווילט זיך.

ערב ראש השנה ערלויבט ניט די צייט צו מאריך זיין אין דעם ווי עס פאדערט, אבער איך רעכן אז די אויבענגעשריבענע פאר שורות זיינען גענוג און השי"ת זאל העלפן איר מיט אייער פרוי תי' זאלט האבן פון אייער טאכטער אסך אידישן נחת.

הרב מנחם שניאורסאהן