ב"ה, ו' תשרי, ה' תשי"א
הוו"ח אי"א נו"נ מו"ה יעקב שי'[1]
שלום וברכה!
איך בין געווען צופרידן צו באקומען א גוטן גרוס פון אייך דורך ידידנו הרה"ג והרה"ח וכו' וכו' מוהרש"א קאזארנאווסקי שי'. ער האט מיר אויך איבערגעגעבן אייער באשטייערונג פון $100 וואס איר האט געשטעלט צו מיין דיספאזיציע, און וואס איך האב פארטיילט צווישן די מוסדות הק' און ארבעט וואס איז געגרינדעט געווארן דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ אויף צדקה און עזר בחשאין. און ווי אלע ענינים וועלכע לעבן און וואקסן, ווערן אויך אלע טעטיקייטן פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ אנגעפירט און פארגרעסערן זיך ב"ה. עס איז צו האפן, אז מיט דעם רבי'נס ברכה און מיט דער מיטהילף פון אלע פריינט פון רבי'ן און זיינע טעטיקייטן, בפרט די פריינט וועלכע האבן זוכה געווען צו זיין בא עם פערזענליך און געניסן פון זיין השפעה, וועלן אלע ענינים פון צדקה, חינוך הכשר און הרבצת התורה ומצוות ומעשים טובים בכלל אנטוויקלען זיך למעלה מעלה.
איך בין אויך געווען צופרידן צו הערן פון הרב קאזארנאווסקי א גוטען גרוס פון... שי', בפרט אין ענינים פון יהדות. איך האף אז אויסער די אנדערע ענינים פון תורה און מצוות גיט ער זיך אפ אויך מיט א קביעת עתים צו לערנען פון צייט צו צייט די תורה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ און חסידות בכלל, וואס דאס גיט א לעבעדיקייט אין אלע ענינים וואס יעדער איינער פון אונז דארף דורכפירן.
בברכת חתימה וגמר חתימה טובה צו אייך און אייער משפחה שיחיו,
מנחם שניאורסאהן