ב"ה, כ"ז טבת, תשי"ב
ברוקלין.
שלום וברכה!
שוין לאנג ניט געהערט פון אייך, און עס אינטערעסירט מיך צו וויסען, ערשטענס ווי פילט איר אין געזונט און אויך אייער פרוי שיחיו, און אויך וועגען דעם וואס מיר האבען גערעט ווען איר זייט געווען בא מיר, וועגען דער הויז מיט די שכנים א.א.וו. און אויך וועגען דעם רוחניות'דיקער זייט, בנוגע צו בעאיינפלוסען די קינדער אין דעם גייסט וואס מיר האבען גערעט.
איך וויל דערמיט ווידערהאלען מיינע רייד, לויט ווי איך האב געהערט פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און ווי מען זעהט דאס דא אויך מיט די פליישיגע אויגען, איז קיין ספק, אז ווען מען רעט איין מאל און א צווייטען מאל און מער, איז סוף כל סוף פועל'ט מען לכל הפחות טיילווייז, און בפרט ווען מען רעט מיט קינדער און בדרך שלום איז דברי חכמים בנחת נשמעים.
בייגעלייגט איז דא א רשימה וואס איך האב גערעט פאר די תלמידים ווען זיי זיינען אריין פאריגען חנוכה צו מיר, וועלכע איז אבער א שייכות צו אלע אידען, ווארום די גאנצע ארבעט פון אידען איז, ווי עס שטייט, ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש, וואס יעדער איד דארף זיך רעכנען פאר א כהן, וואס זיין ענין איז צו ממשיך זיין קדושה הייליגקייט בא זיך און בפרט אין דער פאמיליע, און זייענדיג א חסיד האט איר אויך די הבטחה פון דעם אלטען רבי'ן, וועלכער האט געזאגט אז בזכות פון זיין מסירת נפש, איז ווען מען וועט טאן אין דעם ענין פון תורה ומצוות וועט מען זיכער מצליח זיין.
בברכת כל טוב לו ולבני ביתו שיחיו ולשמוע בשורות טובות בכל הנ"ל.