Letter # 1389

1389 - ב"ה ב' שבט, תשי"ב

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה ב' שבט, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

דורך הרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ וכו' הרב מוה"ר שניאור זלמן שי' טאובעל, האב איך זיך דערוואוסט אז איר האט באשטימט דעם טאג פון אייער חתונה למזל טוב, אויף כ"א שבט, און השם יתברך זאל העלפען עס זאל זיין אין א גוטער גליקליכער שעה און צוזאמען מיט אייער פרוי זאלט איר בויען א הויז אין דעם אידישן פאלק אויף די פונדאמענטן פון תורה ומצוה, וואס די יסודות פון תורה ומצות זיינען שוין אנגעהאלטן געווארען און אויסגעפרובירט געווארען דורך טויזענטער אידישע משפחות, און האבען אויסגעהאלטען און בייגעשטאנען די אלע צייט שטורעמס און שוועריגקייטן - און זיינען געבליבען גאנץ.

און אזוי איז אויך אין דעם לעבען פון יעדער אידען, וועלכער גייט הייראטען, אז ער נעמט אן א פעסטען באשלוס צו בויען זיין הויז און פאמיליען לעבען אויף די יסודות פון תורה ומצות, בענטשט אים השם יתברך מיט א ווארימע ליכטיגע הויז, און א הויז פון וועלכער עס שיינט און גיט ארויס ליכטיקייט און ווארימקייט אין דער אומגעבונג, און בפרט אויף צו ליכטיק מאכן און ווארימער מאכען די נאהענטע משפחה מיטגלידער, די אידען וועלכע וואהנען אין דעם אומגעבונג און בכלל אלע אידען אויף וועלכע מען האט און מען קען האבען א איינפלוס.

השם יתברך זאל אייך העלפען און אריינגעבען אייך דעם גוטען געדאנק און פעסטען באשלוס, צו בויען אייער הויז און פאמיליען לעבען אויף די אויבענדערמאנטע יסודות, אין דעם וועג פון תורה ומצות, וואס דאס איז דער וועג פון אמת'ן גליק און הצלחה בגשמיות וברוחניות.

בברכת מזל טוב.