Letter # 1396

1396 - ב' שבט, תשי"ב

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ב' שבט, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין פארזעצונג צו אונזער אונטעריידונג וואס איז געווען בעת איר האט מיך באזוכט, וויל איך דערביי אונטערשטרייכען וועגען דעם וואס עס האט זיך גערעט, און דאס איז, אז יעדער מענש דארף זיך באטראכטען און אריינקלערין אין דעם, אז ער איז באשאפען געווארען דורך דעם רבונו של עולם, איז דאס זיכער אז עס איז אין דעם דא א כוונה, וואס די כוונה איז ווי עס שטייט אין דער משנה אין מס' קדושין, "אני לא נבראתי אלא לשמש את קוני" דאס הייסט אז דער מענש איז באשאפען געווארען צו אויספילען דעם אויבערשטענס ווילען אין דער וועלט, און וואס איז דער ווילען פון השם יתברך, איז שוין קלאר און דייטליך געזאגט געווארען אין דער תורה שבכתב און תורה שבעל פה, אין וועלכע עס איז דא גענויע אנווייזונגען ווי מען דארף זיך אויפפירען אין דעם טאג טעגליכען לעבען, און ניט נאר פאר רבנים שוחטים מלמדים נאר אויך פאר סוחרים, אנגעשטעלטע, דאקטוירים, לאייערס א.א.וו.

דער אנפאנג פון א אידן איז, אז ווען ער שטייט אויף פון שלאף זאגט ער מודה אני לפניך מלך חי וקים שהחזרת בי נשמתי בחמלה רבה אמונתך" דאס הייסט, אז ער אנערקענט אז השם יתברך איז דער בעל הבית פון דער וועלט און רעגירט די וועלט מיט חמלה רבה, דאס מיינט, אז דאס וואס השם יתברך פארלאנגט פון א מענשן און פון א אידן בפרט, פאדערט ער - ברוך הוא - נאר דאס וואס מען קעןטאן מער פינקטליכער, דאס וואס עס ווערט געפאדערט פון א אידען, איז זיכער אז אין דער פאסענדער צייט, קען ער - דער מענש -דאס ערפילען.

און בפרט אין אייער פאל, אז השם יתברך האט אייך געהאלפען און איר האט זיך איינגעארדענט אין אייער שטאט, און האט אויך איינפלוס אויף אייער סביבה, דארפט איר און מוזט זיך אינטערעסירען אלס שליח - מעסענזשער - פון השם יתברך, טאג איין טאג אויס, צו באלייכטען אייער סביבה מיט דער ליכטיקייט פון תורה ומצות, און -

מען קען זיך ניט צופרידענשטעלען מיט דעם מצב ווי ער איז געווען נעכטען, און זאגען אז מען האט שוין יוצא געווען זיין חוב, ווארום א באווייז אויף א זאך אז דאס לעבט, איז דאס אז עס וואקסט, און ווי מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האט געזאגט א משל אויף דעם גייסטיגן לעבען פון א אידן, אט אזוי ווי איינער וואס קלעטערט אויף א משופע'דיקער בארג, קאן ער זיך ניט אפשטעלען אין מיטען, ווארום ווי ער זאל ניר אפשטעלען זיך, וועט ער זיך אראפגליטשען, און מען דארף זיך ניט שרעקען ווי קאן מען דאס שטענדיג קלעטערען - גיין ארויף - אן אויפהער איז דאס ווי פריער געזאגט, אז וויבאלד השם יתברך פאדערט דאס, איז זיכער אז ער - ברוך הוא - גיט כחות און מעגליכקייטן אויף דעם, און א ביישפיל אויף דעם קען מען אויך זעהען פון דעם מענשליכען קערפער, וואס די פארשידענע גלידער פון מענשן, מוזען האבען רוה, פון צייט צו צייט, אבער דער מוח און די הארץ, ארבעטען שטענדיג אן אויפהער, און דאס איז א באווייז אז דער מענשליכער קערפער, לעבט.

איך האף, אז איר וועט זיך אריינטראכטען אין דעם וואס מיר האבען גערעט, און אין דעם וואס איך שרייב אייך דא, און השם יתברך זאל שטארקען אייך צו אויספירען אייער רוחניות'דיקע אידישע שליחות פון השם יתברך, אין אייער שטאט נארוואלק, צו בעאיינפלוסען אייער סביבה און די אלע אויף וועלכע איר האט איינפלוס, צו מאכען זיי נעהענטער נאך מער, צו אידישקייט און תורה ומצות. און אז איר וועט טאן אין דעם ווי געזאגט, וועט דאס זיכער מיט הצלחה זיין.

איר האט מיר דערציילט וועגען אייער זון און טאכטער שיחיו, און ניט וויסענדיק אויב זיי לייענען פליסיג אידיש, לייג איך דא ביי א קאפיע פון א בריף וועלכע איך האב געשריבען צו א גרופע סטודענטען וועלכע האבען מיר באזוכט, און איך האף אז דאס וועט אינטערעסירען אויך אייערע קינדער שיחיו.

איך ווינש אייך איר זאלט אנזאגען מיר גוטע בשורות וועגען דאס אלעס אויבענדערמאנטע, און האפענטליך אז מיר וועלען זיך נאך זעהען פאר אייער אפפארען און מעגליך נאך פריער ווי מיר האבען גערעדט ווען איר זייט געווען בא מיר.

בברכה.