Letter # 1401

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה"ר ארי' שי'

1401 - ג' שבט, תשי"ב

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ג' שבט, תשי"ב

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה"ר ארי' שי' [אברמסון]

שלום וברכה!

זיינער צייט האב איך ערהאלטען א בריף, אין וועלכען איר שרייבט וועגען אייער עראינערונג פון א ניגון וועלכען אייער פאטער האט אייך אויסגעלערענט, און האט אייך דערציילט, אז דעם ניגון האט געזונגען הרב הקדוש ר' אברהם המלאך דער מעזריטשער מגיד'ס זון ביי לכה דודי, און שלאגט פאר אז מען זאל קומען צו אייך וועט איר אויסלערנען דעם ניגון.

איך דאנק אייך פאר דעם אינטערעס אין דעם, און וועל אייך האלטען ביים ווארט, איך האף אז נאך דער יארצייט פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, יו"ד שבט (ווייל ביז דאן איז מען באשעפטיגט אין די הכנות צום יארצייט), וועל איך בעטען אייניגע פון די תלמידים, אז מען זאך אייך באזוכען, און לויט אייער הבטחה וועט איר זיי געוויס אויסלערנען דעם נגון.

איך האף אז ווען איר וועט האבען א גוטע בשורה בעניניו וועט איר מיר לאזן וויסען און דאנק אייך פאראויס.

בברכה.

נ"ב: אין צוזאמענהאנג מיט דעם יארצייט פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר, איז בייגעלייגט דא הצעות הנהגות וכו'.