ב"ה, ט"ו שבט, תשי"ב
ברוקלין.
שלום וברכה!
מיט פרייד האב איך ערהאלטען אייער בריף פון ג' פרשת שמות, אין וועלכען איר באשרייבט אייער חינוך און לעבען ביז דער לעצטער צייט, איך שרייב מיט פרייד, וויילע איך האב פילע מאל שוין געהערט פון אייך, אבער ניט דירעקט פון אייך אליין, און איך האף אז פון היינט אן און ווייטער וועט איר שטיין אין שריפטליכע פארבינדונג וועלכעס וועט מיטבריינגען א תוספת אין תורה ומצות.
איר דערמאנט ניט אין אייער שרייבען, וועגען די קביעות וואס איר האט אין לערנען תורת הנגלה און אויך אין תורת החסידות, ווארום יעצט געפינען זיך בא אייך אין שטאט עטליכע יונגעלייט מיט וועמען איר קענט ריידען אין די ענינים און אויך מאכען א קביעות לערנען מיט זיי נגלה און חסידות, און איך האף אז איר וועט דאס ניט אפלייגען או איינארדנען דאס ווי מעגליך פריער, אויב איר האט דאס נאך ניט געטאן ביז יעצט.
וועגען דעם וואס איר באקלאגט זיך, אז איר האט ניט געהאט די מעגליכקייט צו לערנען אין דער יוגענד, איז צווי זאכען אין דעם, א) עס זיינען געווען פילע פון גדולי ישראל וואס צוליב פערשידענע סבות האבען זיי אנגעהויבען לערנען ערשט אין די שפעטערדיקע יאהרען, און דאך איז דאס ביי זיי געווען מיט גרויס הצלחה. ב) פון דעם איז אויך פארשטענדליך, אז דאס איז ניט קיין אמתלא צו באפרייען זיך אדער מאכען זיך גרינגער יעצט דעם ענין פון לערנען תורה און אין די פארשידענע מקצועות פון תורה ובפרט בנוגע צו תורת החסידות.
און בהמשך צו דעם וואס השי"ת האט אייך מזכה געווען און געגעבען די מעגליכקייט צו מחנך זיין אידישע קינדער, וועלכע זיינען ג-ט'ס ברוך הוא קינדער און מקרב זיין את לבם לאביהם שבשמים, איז זיכער אז איר וועט האבען סייעתא דשמיא, צו מצליח זיין אין אייער לערנען אליין און אויך אין דעם חינוך פון אייערע קינדער צוזאמען מיט אייער פרוי שיחיו, און איך האף צו הערען פון אייך בשורות טובות.
בברכה.