Letter # 1526

1526 - [מרת רחל תחי' [טעלשעווסקי

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, כ"ז ניסן, תשי"ב

ברוקלין.

מרת רחל תחי' [טעלשעווסקי]

ברכה ושלום!

מיט פרייד האב איך עהראלטען דיין בריף פון נאך פסח אין וועלכען דו ביזט מודיע אז דיינע תלמידים און תלמידות האבען שוין אנגעהויבן דאוונען, און בעטסט פאר זיי א ברכה.

זיכער ווייסט דו דאס וואס עס ווערט געבראכט אין פילע ספרים, אז יעדער איד און אידישע קינדער בפרט זיינען בא דעם אויבערשטען טייער און נאך מער ווי א קינד א בן יחיד בא זיינע עלטערען, במילא איז קיין ספק ניט, אז דער אויבערשטער וויל געבען יעדערען פון זיי ברכה והצלחה אין אלע זייערע ענינים.

עס ליגט אבער א חוב קדוש און עס איז א זכות פאר די וועלכע זיינען מחנך און לערנען מיט די קינדער, אז זיי זאלען טאן אלעס וואס עס איז נאר אין זייער מעגליכקייט, אז די קינדערלעך זאלען זיין כלים טהורים און גוטע כלים צו אויפנעמען די ברכות פון השם יתברך און בפרט אין דעם פאל, דארפסט דו זיך משתדל זיין צו איינפלאנצען אין זיי ענינים וועלכע זיינען פארבונדען מיט יראת שמים, וואס דאס איז אז זיי זאלן טראגען יארמולקעס, טלית קטן, און זאלן זיין אפגעהיט צו זאגען מודה אני, און ברכות, ברכות הנהנין, שמע ישראל און ענליכעס, און אז מען וועט דאס טאן, וועט מען געוויס מצליח זיין מיט די קינדער, און דאס וועט ממשיך זיין ברכה והצלחה צו די וועלכע העלפען אין אט דער הייליקער ארבעט.

בברכת הצלחה בעניני' הפרטים גם כן.