Letter # 1634

פון וואנען וועלען זייערע קינדער נעמען די כחות אויף צו ביישטיין די אלע נסיונות און שוועריגקייטן

1634 - י"ב סיון, תשי"ב

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, י"ב סיון, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

דורך הרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ וכו' מוה"ר מנחם זאב שי' הלוי גרינגלאס, האב איך ערהאלטען א גרוס פון אייך, און שרייבט מיר אויך אז די טעג גרייט איר זיך אריינגיין אין [א] נייער דירה, און השי"ת זאל אייך העלפען, אז אין דער נייער דירה זאלען זיך אלע בני בית אייערע שטארקען זיך מיט פרישע כחות אין אלע ענינים פון תורה ומצות ויראת שמים, און אויב די שכנות איז ניט אזא פרומע ווי אין דער פאריגער דירה זאל אייער הויז זיין דער סענטער פון וועלכען עס זאל זיך אויסשפרייטען אויך אין דעם געגענד דער נר מצוה ותורה אור ומאור שבתורה זוהי פנימיות התורה.

הרה"ח גרינגלאס שי' שרייבט מיר אויך, אז אייער זון... שי' ווערט בר מצוה, ט"ו תמוז, און צוליב א געוויסער סיבה, ווילט איר מאכען די פייערונג קומענדע וואך. וויל איך אייך ווינשען אז איר זאלט האבען פון עם פיל נחת, אידישן נחת, וואס בא אידען קען ניט זיין איינע אן דאס אנדערע, וואס מען וויל האבען נחת, מוז דאס זיין אידישער נחת, און דאן האט מען א גאנצען זון בגשמיות וברוחניות.

עס זיינען פראן פילע עלטערען וואס פרעגען, פון וואנען וועלען זייערע קינדער נעמען די כחות אויף צו ביישטיין די אלע נסיונות און שוועריגקייטן וואס א אידען קומט אויס אויסצושטיין אויף דער וועלט:

דער ענטפער אויף דעם איז א) אין ברירה, ווארום יעדערער סיי א זון און סיי א טאכטער, וועלכער זיינען געבארען אלס איד, האבען זיי דעם זכות און די כחות וועלכע זיינען שייך צו א אידן, און קענען דאס ניט ענדערן, נאר דער אויסוואל איז צו פירען זיך ווי אידען דארפן זיך פירען און דענסטמאל זיינען זיי גליקלעך בגשמיות וברוחניות. ב) מעשה אבות סימן לבנים. דער ערשטער בר מצוה וואס עס ווערט דערמאנט אין דער תורה בא דעם בן יחיד פון א אידן, יצחק בן אברהם, ווערט דערציילט אין מדרש אז אברהם זי[י]ענדיק א מלך אין יענער צייט, זיינען אנוועזענד געווען בא דער בר מצוה פייערונג, די מלכים פון יענעם דור, און צווישען זיי אויך עוג מלך הבשן, און דער לעצטער האט אפגעלאכט פון דעם גאנצען פאראד, זאגענדיק, וואס פאר א באטרעף האט א בן יחיד פון א אלטען טאטען און מאמען, וועמען ער קען צורייבען מיטן פינגער, ח"ו, און דער סוף איז געווען ווייסן מיר אלע אז פון יצחק'ן איז ארויסגעקומען דער עם ישראל, און אין די הענט פון זיינע - יצחק'ס - אייניקלעך איז געפאלען אט דער עוג מלך הבשן, און פון זיי האט ער געהאט זיין מפלה.

דער מדרש דערציילט ניט גלאט אזוי די מעשה, ווארום דער מדרש איז ניט קיין היסטאריע בוך, נאר דאס איז א חלק פון תורה, וואס תורה איז דער מיין, לימוד - לערנען - והוראה - א וועג אין לעבן, די דערציילונג לערנט אונז אויך, אז אפילו ווען מען איז ניט מער ווי א בן יחיד איד, און דער ארום איז געגנער פון מלכים, פון דעסטוועגען איז פראן די גאנצע פארזיכערונג, אז ווען דער זון וועט ערצויגען ווערן אין דעם דרך התורה והמצוה, וואס דאס איז דער כח פון פעסטקייט פון אלע אידען - אן אונטערשייד - איז דענסטמאל ניטא קיינער וועלכער זאל אים שטערען אין דעם וועג פון געזונט און גליק, ווי[י]לע ער איז דאך פארבונדען - דורך תורה ומצות - מיט הקדוש ברוך הוא, וואס ער - ברוך הוא - איז דער אבסאלוטער בעל הבית פון דער גאנצער וועלט מיט אלעס וואס די וועלט פארמאגט, או השי"ת זאל מזכה זיין אייך און אייער פרוי שיחיו צו מחנך זיין אייער זון דעם בר מצוה אין דעם אויבענגעזאגטען גייסט וואס דאן וועט ער אויסוואקסען א געזונטער גליקליכער איד.