ב"ה, ט"ו תמוז, תשי"ב
ברוקלין.
הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה"ר אהרן שי' הכהן
שלום וברכה!
דורך אייער ברודער הוו"ח אי"א נו"נ מו"מ באמונה וכו' מוה"ר יעקב שי' הכהן האב איך באקומען אייער בקשה פאר א ברכה און דעם בייגעלייגטן טשעק פאר צדקה על דעתי: 100$.
והיות מיר זיינען נאך אין דער וואך פון י"ב וי"ג תמוז וועלכע זיינען דער געבורטס טאג פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע און זיין באפרייאונג פון פארהאפטונג (פאר זיין ארבעט צו גרינדען ישיבות, תלמוד תורה'ת והחזקת היהדות, אין יענער מדינה), און זיכער ווייסט איר, אז נאך זיין הסתלקות זיינען געגרינדעט געווארען א נעץ פון ישיבות ותלמוד תורה'ת, וועלכע רופן זיך אויף זיין נאמען "אהלי יוסף יצחק" אין ארצנו הקדושה ת"ו, אין אפריקא, אוסטרליא א.א.וו. האב איך דעריבער איבערגעגעבן אייער ביישטייערונג אין דער קאסע; וועלכע העלפט די אויבען געזאגטע אינסטיטושאנס, און דער זכות פון דער צדקה איז גרויס גענוג צו משפיע זיין אייך ברכה והצלחה אין דעם וואס איר באדארפט, ווארום די מוסדות זיינען פארבונדען מיט דעם נאמען פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר און דער עיקר מיט זיין גייסט אין זייער אויפפירונג, איז דאס בפרט - דער העלפען די מוסדות - פארשטארק[ט] דעם פארבונד מיט עם, וועלכער איז א צוגאב צנור צו ממשיך זיין און אנהאלטען די ברכות השם יתברך.
אייער ברודער שי' פרעגט אויך אין אייער נאמען, צי זאלט איר שיקען אייערע קינדער לערנען אין דער תלמוד תורה אין מיאמי ביעטש, אין וועלכער מען לערנט ניט מער 2/11 שעה.
מיין מיינונג אין דעם איז: אז מען דארף דאס טאן, און עס איז פראן אין דעם פיל טעמים, 1) די קינדער וועלען אנהאלטען דעם פארבונד מיט תורה יעדער טאג, און ניט ח"ו פארקערט, ווארום בא תורה שטייט אם תעזבני יום יומים תעזבך, ד.ה. אז מען לאזט אפ די תורה איין טאג, פארלאזט זי צוויי טעג, 2) דעם חבר'ן זיך מיט קינדער פון א פרומער תלמוד תורה בריינגט די קינדער פיל נוצען, וועלכעס אין אייער אומגעבונג איז ניט אזוי גרינג צו געפינען, און נאך פארשידענע טעמים, וואס צוליב דעם אלעס, דארפט איר דאס טאן צו שיקען אייערע קינדער אין דער תלמוד תורה אין מיאמי ביעטש...
בברכת פרנסה.