ב"ה, כ"א תמוז, תשי"ב
ברוקלין, נ.י.
שלום וברכה!
במענה על מכתבו מעש"ק שלח, אין וועלכן איר באשרייבט אייער ארט לעבען, ווי איר זייט נתקרב געווארען צו אנ"ש און די שיריים וואס עס איז נאך פארבליבען פון דעם היפך הטוב וכו' וכו' און איר קענט זיך ניט באהערשען וכו' וכו':
וויבאלד אז איר זעהט, אז השי"ת האט אייך ארויסגענומען פון דעם מקום החשך און האט אייך אוועקגעשטעלט אין דעם קרן אורה זו תורה ומצוה ותורת החסידות בפרט, במילא זעהט איר דאך אז איר גייט פון לינקס צו רעכט, און דער יאוש און אפמאכען בא זיך אז די תשובה איז ניט קיין אמת'ע, קומט דאס פון עצת היצר הרע, וועלכער וויל איבערגעוועלטיקען א אידן, אויף וואס פאר [א] אופן ער קען נאר.
איר דארפט אפהיטן די דריי באוואוסטע שיעורים פון תקנת כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וואס דאס זיינען א שיעור תהלים - ווי דער תהלים איז פאנאדערגעטיילט אויף די טעג פון חדש - יעדען טאג נאכן דאוונען אין דער פריה, לערנען יעדען טאג א פרשה חומש מיט פירוש רש"י, פון דער סדרה פון דער וואך, און א שיעור תניא - ווי דער תניא איז צוטיילט אויף די טעג פון יאר - און געבען יעדען טאג - זעלבסטפארשטענדליך אויסער שבת און יום טוב - פארן דאוונען א פרוטה אויף צדקה, און דאס אלעס וועט געבען כח דעם יצר טוב צו מתגבר זיין זיך אויף דעם יצר הרע.
און ווען מען טראכט וועגען דער פרוי, דארפמען שטענדיג געדיינקען אז גאנץ כנסת ישראל און יעדער איד בפרט ווערט אנגערופען אשה צו מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא, און ווען מען בעט בא השי"ת אז ער - ברוך הוא - זאל זיך אויפפירען מיט כנסת ישראל, וועלכע ער רופט זי רעייתי, צו ערפילען זייערע הארץ פארלאנגען צום גוטען, איז דאך באוואוסט אז אתערותא דלעילא קומט דורך אתערותא דלתתא, דארף מען זיך אויך אזוי אויפפירען מיט דער אייגענער פרוי, און ווי די גמרא זאגט אז מכבדה יותר מגופו, און בפרט אריינטראכטענדיק זיך אז מיר שטייען בא דעם סוף פון גלות און עס איז נאהענט די גאולה שלימה בב"א וואס דענסטמאל וועט זיין נקבה תסובב גבר, איז דאס אליין בריינגט א געפיל פון כבוד און זהירות בנוגע צו דער פרוי, און קוקען אויף איר אלס א טאכטער פון אברהם יצחק ויעקב, אויך ווען זי האט אפילו א חסרון, איז פילע מאל איז דאס גאר דער חסרון פון דעם מאנס אויפפירונג וואס זי ווערט א אשת לסטים, אבער קען אויך זיין א אשת חבר כחבר.
איר דארפט בודק זיין די מזוזות אין אייער הויז, אז זיי זאלן זיין אלע כשר'ה, און אויך איבערזעהען די תפילין, און געוויס זייט איר בודק די ציצית אלע טאג פון דעם טלית גדול און אויך פון דעם טלית קטן ווי דער דין ומנהג איז, און איר דארפט אויך שלאפען אין א טלית קטן, וואס די אלע זאכען צוזאמען מיט די אויבען געזאגטע, בריינגט צו יראת שמים און שלום בית, און איך ערווארט צו הערען פון אייך גוטע בשורות אין דאס אלעס אויבען דערמאנטע.
בייגעלייגט איז די רשימה וועלכע איז ארויסגעגעבען געווארען צו די ימי הגאולה והסגולה י"ב וי"ג תמוז, און זיכער וועט איר מיט דעם אויך מזכה זיין את הרבים און אויך איבערגעבען דעם אינהאלט פון דער רשימה צו אייער פרוי תחי'.
בברכה.