Letter # 1733

כ"ד תמוז, תשי"ב

1733 - מרה - גאל - און אז דאקטוירים ראטן אייך צו מאכען א אפעראציע

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, כ"ד תמוז, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

דורך הרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ וכו' מוה"ר... האב איך באקומען א פדיון נפש פאר אייך, אין וועלכען ער שרייבט אז אייער געזונט איז ניט ווי עס באדארף זיין צוליב דער מרה - גאל - און אז דאקטוירים ראטן אייך צו מאכען א אפעראציע:

זיכער קענט איר באווייזען צו קריגען די מיינונג פון צוויי דאקטוירים ספעציאליסטען אויף דעם געביט, און השם יתברך זאל העלפען זיי זאלן האבען די ריכטיקע מיינונג און זיין די גוטע שלוחים אז איר זאלט האבען דורך זיי די רפואה.

עס איז זיכער איבעריג צו אויפמערקזאם מאכען אייך אז בכדי צו ממשיך זיין און אנהאלטען די ברכות פון השי"ת דארפמען מער פאסענדע כלים אויף דעם, וואס דאס זיינען די ענינים פון תורה ומצות, וואס יעדערער לויט זיין מעמד ומצב - ווי ער ווייס זיך אליין ניט גענארטערהייט - אין זיין רוחניות'דיקען געזונט צושטאנד, ווייס פון וואס צו אנהויבען מאכען שטארקער און געזינטער זיין מצב אין תורה ומצות, און אז מען ווערט געזינטער אין רוחניות איז דאס ממשיך א תוספת ברכה און געזונט אויך בגשמיות, איך דאנק פאראויס פארן אנזאגען מיר די בשורה טובה פון אייער געזונט בעסערונג אין ביידע זאכען, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, וואס באמת איז בא א אידן די ביידע זאכען איין זאך, ווי אונזערע רז"ל זאגען, אז די רמ"ח מצות עשה זיינען פארבונדען מיט די רמ"ח אברים, און שס"ה לא תעשה זיינען פארבונדען מיט די שס"ה גידים, און די גאנצקייט און אפהיטונג פון מצות עשה און לא תעשה, היטן אפ און מאכען גאנץ אויך די גשמיות'דיקע רמ"ח אברים ושס"ה גידים.

בברכה שיבשר בקרוב בשורה טובה בכל הנ"ל.