Letter # 1750

ב' מנחם אב, ה'תשי"ב - אסיפה לטובת המגבית המאוחדת בשיקאגא

1750 - פארברייטערן בהצלחה דעם פאראייניקטן עמוירדזשענסי קאמפיין אין שיקאגא און אומגעגנד

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ב' מנחם אב, ה'תשי"ב

ברוקלין, נ.י.

צו אלע אנטיילנעמער אין דער אסיפה לטובת המגבית המאוחדת בשיקאגא עבור מוסדות החינוך של ליובאוויטש, פאררופן אין דער הויז פון מר ומרת יחזקאל שי' ליסנער 

ה' עליהם יחיו.

שלום וברכה מרובה!

צו אייער צוזאמענקונפט, אי"ה מאנטיק ו' מנ"א, כדי פארצוזעצן און פארברייטערן בהצלחה דעם פאראייניקטן עמוירדזשענסי קאמפיין אין שיקאגא און אומגעגנד, ווינש איך אייך, אז די אסיפה זאל ברענגען די געוואונשענע רעזולטאטן בפועל ובהצלחה.

עס איז אלעמען באוואוסט דער מאמר רז"ל, אכל בי' עשרה שכינתא שריא; אז ווען עס קלייבן זיך צוזאמען צען אידן, רוט דארט די שכינה, וואס כאטש אפילו מלא כל הארץ כבודו, אבער דארט וואו עס זיינען דא עשרה מישראל, איז די השראת השכינה מער בגלוי, ובפרט אויב די אידן קלייבן זיך צוזאמען וועגן אן ענין פון תורה ומצוות, ובפרטי פרטיות ווען זיי קומען זיך צוזאמען וועגן אן ענין פון חינוך הכשר, וואס פאראייניקט תורה ומצוות צוזאמען. דאן רוט די ג-טלעכע אנטפלעקונג ביותר, וואס דריקט זיך אויס אין פארשידענע אופנים, און איינע פון זיי איז, אז זי גיט אריין די ריכטיקע געדאנקען ווי אוועקצושטעלן די ארבעט און די השפעה אויפן זולת, און דעם ריכטיקן צוגאנג בנוגע דער אייגענער באטייליקונג אין דער ארבעט: דורך א ברייטהארציקע ביישטייערונג בממונו, דורך אונערמידלעכע השתתפות בגופו, און דורך א ווארימער באטייליקונג בנשמתו.

איך האף און בין זיכער, אז דער אנפירער פון די אלע מוסדות, כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועט מעורר רחמים רבים זיין אז די אויבנדערמאנטע ארבעט זאל גיין בהצלחה גדולה, ווי אויך משפיע זיין ברכה והצלחה צו די אלע באטייליקטע אין דער אסיפה בפרט, און אלע באטייליקטע אין דער מגבית בכלל, אין וואס יעדערער נויטיקט זיך ער ובני ביתו שיחיו.

בברכת הצלחה ופ"ש לכאו"א.