Letter # 1771

י"ב מנ"א, תשי"ב

1771 - זאלן אנהויבען גלייך איינווירקען אויף איר, אז זי זאל אויפהערען צו טרעפען זיך מיט דעם ניט איד

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, י"ב מנ"א, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך האב באקומען אייער בריף פון עש"ק, און עס האט מיר פארשאפט פיל צער צו לייענען דאס וואס איר שרייבט וועגען אייער טאכטער תי'.

לויט מיין מיינונג, האט איר גלייך באדארפט געפינען אלגעמיינע באקאטנע פון אייער טאכטער, און זיי זאלן אנהויבען גלייך איינווירקען אויף איר, אז זי זאל אויפהערען צו טרעפען זיך מיט דעם ניט איד, און דאס איז נאר א טייל פון דער זאך, און דער עיקר איז, איר האט באדארפט פארבינדען זיך גלייך מיט א שדכנים-ביורא, און דערציילען זיי די מעלות וועגען אייער טאכטער, און אז זיי זאלען געפינען א פאסענדען שידוך פאר איר, זעלבסטפארשט[ע]נדליך אזא וועלכער זאל אויך געפעלן ווערן אייער טאכטער, און ניט גענויטערהייט, אויך זעלבסטפארשט[ע]נדליך, אז די טאכטער דארף ניט וויסן פון דעם אז איר האט דאס געבעטן די שדכנים ביורא, און זיי דארפען ניט דערציילען אייער טאכטער פון אייך. און איר דארפט זיך ניט שרעקען פון דעם געדאנק פון א שידוך דורך אזא ביורא, וויילע א גרו[י]סע טייל פון דער יוגענט טוען א שידוך דורך אזא ביורא פארמיטלונג, נאר זיי דערציילען דאס ניט און זאגען אויך זייערע עלטערען אז דאס האבען זיי זיך צופעליג געטראפען.

לויט ווי איר שרייבט אין אייער בריף, איז אפשר ניט כדאי אז איר זאלט שטארק אריין טענה'ן מיט אייער טאכטער וועגען דעם, וויבאלד אז די באציהונג צווישן אייך איז א אנגעשטריינגטע, קען איר דאס נאך מער אויפרייצען, חאטש פון דער אנדער זייט דארף זי ניט זעהן אז איר לאזט דאס גרינג פארבייגיין, און זי דארף וויסן קלאהר אייער שטעלונג אין דעם, אבער ניט דורך אריינגיין אין מחלוקת'ן.

איר דארפט בודק זיין די מזוזות בא אייך אין הויז בכלל און אין דעם חדר פון אייער טאכטער בפרט, און אייער פרוי זאל געבען יעדער מאל פאר ליכט צינדען ערב שבת און ערב יום טוב צדקה פאר רבי מאיר בעל הנס - רמבעה"ן - און איר זאלט מוסיף זיין אויף דעם שיעור תהלים וואס איר זאגט אלע טאג, נאך צווי קאפיטלעך ביז נאכדעם ווי השי"ת וועט מזמין זיין א פאסענדען שידוך פאר אייער טאכטער בשעה טובה ומוצלחת - זעלבסט פארשט[ע]נדליך אז דאס אלעס דארף זיין בלי נדר -

איך האף אז איר וועט קענען אנזאגן מיר א גוטע בשורה אין דעם, און שרייבט מיר אויך דעם אידישן נאמען פון אייער טאכטער און דעם אידישן נאמען פון זוג' איר מוטער, בכדי צו מזכיר זיין איר אויף דעם ציון פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וכן של בנו שי'.

בברכה - המחכה לבשו"ט.