ב"ה, י"ג מנ"א, תשי"ב
ברוקלין.
ברכה ושלום!
אין ענטפער אויף אייער בריף פון ערב תשעה באב איך בין געווען צופרידען צו לייענען אין עם, אז איר זייט שוין אין דערהיים און פילט גוט, און השם יתברך זאל אייך העלפען אז אייער געזונט צושטאנד זאל גיין פון גוט צו נאך בעסער, און זאלט קענען אנזאגען א גוטע בשורה אין דעם.
דאס וואס איר פרעגט מיין מיינונג וועגען די שכנים ניט-אידען, וועלכע מאכען אייך שוועריגקייטן און איר נעמט זיך צום הארצען פון דעם:
איר דארפט זיין שטארק אין אמונה - גלויבען - וואס אלע אידען זיינען מאמינים בני מאמינים, אז השם יתברך וועלכער האט באשאפען די וועלט, פירט אויך יעצט אן מיט דער וועלט, און ער איז דער איינצ[יג]קער בעל הבית אויף דער וועלט סיי אויף גרויסע זאכען און סיי אויף קלייניגקייטן, און ווען מען שטארקט זיך נאר צו פירן זיך אין די וועגען פון תורה און מצות, איז דענסטמאל ווי עס שטייט אין פסוק, לא אירא רע כי אתה עמדי - איך האב קיין מורא פאר שלעכטס ווייל דו - השי"ת - ביזט מיט מיר - און קיינער קען ח"ו טאן ניט גוטס. איר דארפט גארניט איבערטראכטען וועגען דעם, איר דארפט נאר שטארקען אייער בטחון, אזוי ווי השם יתברך האט געבעסערט אייער געזונט און האט אייך געבראכט צוריק אהיים, אזוי אויך וועט ער ברוך הוא געבען אייך א גוטען לעבען אז איר זאלט מער ניט וויסען פון קיין עגמת נפש צוזאמען מיט אייער מאן שיחיו.
איך האף אז איר וועט נעמען אין אכט מיינע רייד, און אויך זאלט איר - בלי נדר - אין דער נאכט לייענען קריאת שמע און פארן לייענען געבען א פאר פרוטות אויף צדקה, און דאס וועט שטארקען אייער בטחון אין השם יתברך און אייער געזונט און וועט קענען שטענדיג אנזאגען נאר גוטע בשורות.
בברכה.