ב"ה, כ"ג מנחם אב, ה'תשי"ב
ברוקלין, נ.י.
הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצרכי ציבור וכו' מו"ה יחזקאל שי' ליסנער וזוג' הכבודה העסקנית החשובה מנב"ת [=מנשים באהל תברך] וכו' שתחי'
שלום וברכה!
עס האט מיר געפרייט צו זען די ערשטע פירות פון דעם פאראייניגטען עמוירדזשענסי קאמפיין אין שיקאגא פאר די ליובאוויטשער מוסדות, דורך דעם ערשטן בייטראג וואס איז אנגעקומען.
אין נאמען פון אלע מוסדות, און אין מיין נאמען, נעם איך די געלעגנהייט אויסצודריקן אנערקענונג און יישר-כח צו אייך און צו אלע אנטיילנעמער און שטיצער פון דעם קאמפיין, ווי איך די האפנונג, אין איינקלאנג מיט דעם מאמר רז"ל - מעלין בקודש, אז איר וועט אויך להבא אנשטרענגען אלע מעגליכקייטן פא[ר]צוזעצן די ארבעט לטובת המוסדות הק' דליובאוויטש, ובפרט פאר דעם איצטיקן עמוירדזשענסי קאמפיין.
עס איז זייער וויכטיק צו געדיינקען, אז יעדער פרט און יעדע קטנות אין חינוך פון אידישע קינדער איז נוגע דער צוקונפט פון די קינדער. דאס איז גלייך צו א קערנדל וואס דארף זיך איינווארצלען און פונאנדערבליען אין א פרוכטבארען בוים. א קליין פגימה'לע אין דעם קערנדל, וואס בא א דערוואקסענעם בוים וואלט עס גאר קיין ווירקונג ניט געהאט, קען האבן גאר גרויסע קאנסעקווענצן אין דער צוקונפט פון דעם קערנדל און קען אפילו פארקריפלען דעם בוים.
די מוסדות חינוך דליובאוויטש, וואו דער טראפ ווערט געלעגט אויף תורה ביראת שמים, א חינוך הכשר על טהרת הקדש, פארנעמען א גאנץ אייגנארטיקן און לעבנסוויכטיקן ארט אין אידישן לעבן אין פארשידענע טיילן פון דער וועלט; זיי ברענגען ליכטיקייט, ווארימקייט און חיות אין אידישן לעבן, און דאס ווערט געטאן מיט אמת'ע מסירות נפש, לויט דעם דרך וואס איז אונז אלעמען אנגעוויזן געווארן דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע. במילא דארף די ארבעט צו פארשטארקען און אויסברייטערן די דאזיקע מוסדות אויך זיין במסירות נפש, און דערמיט פארגרעסערט מען די צנורות דורך וועלכע דער אויבערשטער יתברך שיקט זיינע ברכות, מדה כנגד מדה ומרובה מדה טובה, בכל המצטרך בגשמיות וברוחניות.
אין דער האפנונג צו הערן בשורות טובות פון דער ווייטערדיקער ארבעט אין שיקאגא, ובברכה צו גוטען געזונד וכל טוב.