Letter # 1796

כ"ז מנ"א, תשי"ב -

1796 -דעם סכסוך וואס איר האט געהאט מיט אייער משפחה, און עס איז באוואוסט דער מאמר רז"ל אז שלום

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, כ"ז מנ"א, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

הרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ וכו' מוה"ר משה ליב שי' ראדשטיין, האט מיר איבערגעגעבן אייער גרוס, און אויך אייער בקשה מזכיר זיין אייך צו פרנסה, וואס איר זייט ניט צופרידען פון דעם ווי עס גייט ביז יעצט.

איר דערמאנט ניט וועגען דעם סכסוך וואס איר האט געהאט מיט אייער משפחה, און עס איז באוואוסט דער מאמר רז"ל אז שלום, איז א כלי צו ברכה בגשמיות וברוחניות, ובלי נדר, ווען איך וועל זיין ערב ראש חדש הבע"ל אויף דעם ציון פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועל איך מזכיר זיין אייך און אייערע בני בית שיחיו צו דעם וואס איר באדארפט, און ביחוד לפרנסה לויט אייער בקשה, און איך האף צו הערען פון אייך גוטע בשורות אין דעם.

איך בין ניט באקאנט מיט דער אויפפירונג אין אייער האטעל, אבער עס וואלט גלייך געווען און דאס איז אויך א כלי צו ברכה והצלחה לפרנסה, אז אין דער לאבי פון האטעל אדער אין דעם ספעציעל לעזע צימער אדער טישלעך, זאלן זיך געפינען א צאל אידישע ספרים וועלכע זאלן צובריינגען צו יראת שמים און ידיעת התורה פאר די לעזער סיי אין אידיש און סיי אין ענגליש, און איך דיינק אז איר וועט געפינען מיט וועמען צוזאמענשטעלען א ליסטע פון אזא סארט ספרים.

איך שליס מיין בריף מיט א ברכה לפרנסה בהרחבה, און השי"ת זאל אייך געבען גשמיות און איר זאלט מאכען פון די גשמיות רוחניות.

בברכה.