Letter # 1812

און די מצות וועלכע זי היט יע אפ, זאל זי זיי טאן, מיט מער לעבעדיגקייט און מער צופרידענהייט, און דאס וועט איר בריינגען וואס פריער און געכער די ברכות פון השי"ת

1812 - און אז דער בלוט דרוק איז געווען נאר א צופעליגע זאך. און עס איז ניט וווי די וועלט רופט צופעליג

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, א' אלול, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

מיט צופרידענהייט האב איך באקומען אייער בריף פון מיטן חדש מנחם אב, אין וועלכען איר שרייבט אז אפילו דער דאקטאר און איר זעהט איין אז עס איז פיל בעסער, און אז דער בלוט דרוק איז געווען נאר א צופעליגע זאך. און עס איז ניט וווי די וועלט רופט צופעליג - מקרה -, ווארום לויט דער תורת הבעל שם טוב איז יעדער זאך בהשגחה פרטית און עס איז ניטא קיינע צופעליגקייט נאר אין השגחה פרטית גופא איז פראן צוויי סוגים, אזעלכע וואס אפילו שכל אנושי - מענשליכער שכל - אנערקענט אז דאס איז בהשגחה פרטית, און א צווייטער פאל, וואו שכל אנושי דינגט זיך אין דעם, אז עס איז נאר א מקרה, און דער נפש האלקית דורך איר שכל אלקי וועלכער טוט זיך אן אין שכל אנושי, ווייזט עם דעם אמת, אז דאס איז אויך בהשגחה פרטית, און אדרבה אז דאס איז נאך א טיפערע השגחה, און ווי עס שטייט דער משל אויף דעם, פון דעם וואס מען זעהט אין מלכותא דארעא, וואס מלכותא דרקיעא איז כעין מלכותא דארעא, אז אין דער הנהגה פון א מלך, זיינען אויך פראן אט די ביידע סוגים, אט די דירעקטע ציווים ופקודות פון מלך, און עס זיינען דא אזעלכע ענינים, וואס צוליב א געוויסען טעם, וויל ניט דער מלך, אז עס זאל בולט זיין אז דאס קומט פון עם, אט אין אזא פירונג וועלכע ער פארלאנגט און וויל, ווי אין דעם לעצטען פאל, דארף זיין מער חכמה, אז עס זאל זיין א דבר והפכו, עס זאל געטאן ווערען די זאך, און מען זאל ניט וויסען אז דאס קומט פון עם. און אזוי קען מען דאס פארשטיין אויך אין נמשל, ווי עס שטייט והאלקים עשה שייראו מלפניו, על דרך ווי די זאך פון רעמים - דונערען - און ווען עס ווערט אויסגעפירט די כוונה און דאס האט מעורר געווען א ענין פון יראת שמים, במילא הערט אויף די זאך און מען דארף שוין מער ניט דעם מקרה-צופאל. דער חילוק פון מלך בשר ודם ביז דעם מלך מלכי המלכים הקב"ה איז, וואס בא א מלך בשר ודם, קענען אבער זיין אויך אזעלכע זאכען פון וועלכע ער ווייס ניט אז זיי פאסירען, אן זיין באפעל, דאגעגען אין מלכותא דרקיעא איז חס ושלום ניט שייך כלל אזא זאך.

איך בין געווען צופרידען צו לייענען אין אייער בריף וועגען דעם מצב הבריאות פון אייערע בני בית און איך האף אז אויך אויף ווייטער וועט איר מיר קענען אנזאגען גוטע בשורות.

בנוגע אייער פראגע וועגען דאוונען פארן עמוד, זעלבסטפ[א]רשט[ע]נדליך אז איר דארפט היטן דעם געזונט, אבער פון דער אנדער זייט דארפט איר אויך באווארענען אז דער אנדערער וואס וועט זיין דער ש"ץ זאל זיין א שומר תורה ומצוה און זאל וויסען פירוש המלות, און דערפאר וואלט אפשר געווען בעסער צו אננעמען דעם מיטל וועג, אז די הויפט תפלות היום זאלט איר דאוונען, און בכדי ניט צו אנשטריינגען זיך צופיל, זאל א טייל פון די תפלות דאוונען א אנדערער אויף וואס עס זיינען דא געוויסע בעלנים, אבער ווי געזאגט ער זאל זיין א שומר תורה ומצוה.

עס האט מיך געפרייט צו לייענען אין אייער בריף וועגען אייער השפעה אויף קינדער אין די ענינים פון תורה ומצות, איר האט דאס נאר געדארפט טאן אין א גרעסערען פארמאט, און אויך אריינבריינגען אין דעם ניט נאר קינדער אין גשמיות'דיקע יארן, נאר אויך קינדער אין אידישע יארן, ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האט ערקלערט, אז בא אידען איז טעג חדשים און יארן ווערן גערעכנט אט די אין וועלכע ער האט זיך אויפגעפירט לויט דער תורה ומצות, וואס דאס איז דער טייטש בא בימים, במילא קען מען זיין א בן שבעים שנה און אין בפועל ממש - לויט ווי די געבראכטע ערקלערונג - איז מען גאר א קליין קינד.

מיט א וואונש פאר א כתיבה וחתימה טובה און צו הערען פון אייך גוטע בשורות בגשמיות וברוחניות, און פארגעסט אויך ניט צו שרייבען אין נעקסטען בריף וועגען אייערע שיעורים אין חסידות, וועגען וואס איך האב שוין גערעט מערערע מאל, אז אין אונזער צייט עקבתא דמשיחא, איז דאס לערנען חסידות א נויטווענדיקייט פאר יעדען אידען.

בייגעלייגט איז דא די ר"ד וועלכע איך האב געזאגט צו די תלמידים פון דער ישיבה וועלכע פארען אין שליחות פון מרכז לעניני חנוך, וואס באמת איז דאס שייך צו יעדער אידען, וואס הקב"ה האט יעדען געשיקט אויף דער וועלט צו באלייכטן זיין סביבה בנר מצוה ותורה אור ומאור שבתורה זוהי פנימיות התורה.

בברכת כוח"ט.