ב"ה, א' אלול, תשי"ב
ברוקלין.
שלום וברכה!
מיט צופרידענהייט האב איך סוף סוף באקומען דיין בריף פון ה' ראה - דעם ערשטען בריף זינט דו ביסט אוועקגעפארען - און האפענטליך איז ניט געווען קיין אנדער סיבה פאר דעם, אויסער די וועלכע דו שרייבסט אין דיין בריף.
איך בין געווען צופרידען צו לייענען אין דיין בריף אז דו האסט גערעט אין אייניגע שולען, און אויב די צייט ערלויבט דיר, האסט דו געדארפט זוכען א געלעגנהייט צו ריידען ספעציעל פאר דער יוגענט, און בפרט פאר די וועלכע פארשטייען ניט קיין אידיש, און וועלען במילא האבען די מעגליכקייט צו הערען א התעוררות ווארט וועגען תורה און אידישקייט, געוויס ווען דו וועסט האבען די מעגליכקייט, וועסט דו דאס טאן.
וועגען די בחורים וועלכעס עס איז דא א מעגליכקייט צו ווירקען אויף זיי, אז זיי זאלן פארן לערנען אין דער ישיבה, האסט דו געדארפט צונויפריידען זיך מיט הרב אלאי שי' ווי אזוי צו פארטזעצען דעם ריידען מיט זיי און די השתדלות וועגען דעם, אויך נאך דיין אוועקפארען בשעה טובה ומוצלחת.
בנוגע דיין פראגע, צי דו זאלסט פארהאלטען זיך אין סאלסבורי און בולאוועיא, איז דאס אפהיינגיג, וויפיל צייט דו האסט אין דיין רשות אויף דעם, עס איז כדאי צו זיין אין די ערטער לפחות א טאג אדער לפחות עטליכע שעה, און דערציילען זיי בכללות וועגען יהדות תורה וחסידות, און דערציילען זיי וואוהין דו פארסט, און אז דו וועסט האבען די מעגליכקייט צו איבערגעבען זייערע נעמען אויף דעם אהל פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע נשיא דורנו, וואס עס איז א גרויסער זכות צו דערמאנט ווערען אויף דעם אהל פון א צדיק בכלל און פון א נשיא הדור בפרט, און די וואס ווילען קענען האבען דעם זכות, צוגעבען זייערע נעמען מיט דער מוטערס נאמען, אפילו פרויען אויך, און גלייכצייטיג וועסט דו זיי ערקלערען, אז בכדי צו אויפנעמען און אנהאלטען די ברכות פון השם יתברך, דארף מען מאכען פאסענדע כלים אויף דעם, יעדערער לויט זיין מעמד ומצב, און דו וועסט שוין זעהען וואס מען דארף יעדערן אויפמערקזאם מאכען, צי אויף לייגן תפילין, אדער א הידור מצוה היטן שיעורים פון תהלים און לערנען א פרשה חומש מיט פירוש רש"י אדער בודק זיין די מזוזות וכו' וכו', און מיט די פרויען דארף מען ריידען וועגען זאכען וואס איז שייך צו זיי, וכו' וכו'.
וועגען דיין פראגע, צי אויפהאלטען זיך אין די ערטער וואו דו פארסט דורך, איז אויב דאס איז ניט פארבונדען מיט קיין איבעריגע הוצאות, וואלט זייער גלייך געווען, און בפרט אין די ערטער וואו דו קענסט אויסניצען דיין קענטניש פון דער ענגלישער שפראך, אויב דיר וועט אויסקומען צו זיין אין לאנדאן - ענגלאנד - ווייסט דו מסתמא אז דארט געפינט זיך הרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ וכו' מוה"ר בן ציון שי' שם טוב, זיין אדרעס איז 89 קרענוויטש ראוד, נארטה 16 לונדון, און השי"ת זאל דיר העלפען בנסיעה כשורה בכל הפרטים.
וועגען דיין שאלה, צו געבען א קוש דיין מוטער, איז זעלבסטפארשט[ע]נדליך, אז דו קענסט דאס טאן.
עס וואונדערט מיר וואס דו דערמאנסט ניט וועגען ברודער און שוועסטער, וואס זיכער האסט דו מיט זיי פארבראכט א ליינגערע צייט...
בברכה לנסיעה כשורה ולבריאות הנכונה ולכוח"ט - לך לאמך ולאחיך ולאחיותיך שיחיו.