ב"ה, ז' אלול, ה'תשי"ב
ברוקלין, נ.י.
הוו"ח אי"א נו"נ האחים מו"ה משה ויוסף יחיו [האלמאן]
שלום וברכה!
בהמשך צו אונזער טעלעפאנישן געשפרעך, וויל איך דערמיט אויסדריקן מיין צופרידנהייט פאר דעם אינטערעס וואס איר האט ארויסגעוויזן אין דער פראגע פון אונטערנעמען זיך פון אייער זייט צו מנדב זיין די צווייטע העלפט פון דער סומע וואס נויטיקט זיך פאר דעם בנין בארצנו הקדושה, וואס אייער ווירדיקער פאטער שי' האט איף דרויף מנדב געווען די ערשטע העלפט.
איך רעכן, אז עס איז איבעריק מאריך צו זיין וועגן דער וויכטיקייט און נויטווענדיקייט פון דער זאך, וואס איז אייך זיכער זעלבסטפארשטענדלעך.
איך וויל נאר אונטערשטרייכן צוויי נקודות:
אונזערע חכמים זכרונם לברכה זאגן, אז די וויכטיקייט פון א מצוה גייט אויפן נאמען פון די וועלכע פארענדיקן, זי. דאס הייסט, אז דאס וואס אייער פאטער שי' האט דורכגעפירט די ערשטע העלפט פון דער זאך און איר וועט דאס משלים זיין מיט דער צווייטער העלפט, נעמט איר דערמיט א חלק אויך אין דער טייל פון אייער פאטער שי'.
גלייכצייטיק פארשטארקט דאס אויך די השתתפות פון אייער פאטער שי' דערמיט וואס די גאנצע זאך וועט זיין אויפן נאמען פון דער משפחה האלמאן.
און אזוי ווי א בנין אין ארץ ישראל ת"ו וואס איז פארבונדן מיט חינוך על טהרת הקדש איז פון די אייביקע זאכן בגשמיות וברוחניות, בין איך זיכער, אז איר וועט גערן ביישטייערן די צווייטע העלפט, און אזוי ארום איינשאפן זיך פאר דער גאנצער משפחה האלמאן שיחיו דעם גרויסן און אייביקן זכות וואס איז דערמיט פארבונדן, ובפרט אין די איצטיקע טעג פון חודש אלול, חודש הרחמים והרצון.
איך האף, אז איר וועט מיך דערפרייען מיט דער בשורה טובה וועגן אייער החלטה טובה.
בברכת כתיבה וחתימה טובה להם ובני ביתם שיחיו.