ב"ה, ז' אלול, ה'תשי"ב
ברוקלין, נ.י.
שלום וברכה!
עס האט מיר געפרייט צו הערן, אז איר זייט דער אפוטרופוס אויף דער צוואה פון... און אז איר זייט זיך משתדל מיט אלע מעגלעכקייטן, אז די ירושה וואס איז שייך צו א ישיבה זאל גיין אויף א בנין פון דער ישיבה תומכי-תמימים.
אויסער דעם וואס ישיבת תומכי-תמימים איז אן אייגנארטיקע ישיבה, וואו מען לערנט [ס]יי תורת הנגלה סיי תורת החסידות און איז די איינציקע אויף דעם געביט, גיט זי אויך די מעגלעכקייט בעסער צו דערפילן וואס אונזערע חכמים זכרונם לברכה האבן געזאגט: מצוה לקיים דברי המת. ווארום וויבאלד אז מען קען די צוואה פינקטלעך ניט מקיים זיין, דארף מען זי מקיים זיין וואס נעענטער און פאסנדער צו די ווערטער פון דעם פארשטארבענעם ע"ה, און ווי באוואוסט, איז די ישיבה תומכי-תמימים געגרינדעט געווארן א[י]ן רוסלאנד און שפעטער אריבערגעפירט געווארן קיין פוילן און דאן אהער. במילא איז דאס אויך מתאים לדברי המת.
עס איז זיכער איבעריק מאריך צו זיין וועגן דעם גרויסן זכות פון פארשפרייטן תורה, נגלה שבתורה ופנימיות התורה, און וויבאלד אז מען האט אייך געמאכט דעם אפוטרופוס פון דער צוואה, איז א סימן אז איר זייט ראוי צו האבן דעם זכות און קענט דאס דורכפירן אין לעבן. איך וויל נאר אונטערשטרייכן צוויי נקודות:
ערשטנס, גראדע אין דער מצוה פון תלמוד-תורה איז די צייט זייער נוגע, דערפאר וואס יעדער טאג וואס גייט דורך קען מען ניט ממלא זיין מיט דעם צווייטן טאג, ווייל דער צווייטער טאג האט זיין אייגענע פליכט פון ת"ת.
צווייטנס, כאטש איר זייט בלויז דער ממוצע און די געלט קומט פון א צווייטן, אבער וויבאלד אז אין אייערע הענט ליגט די מעגלעכקייט די זאך צו פארשנעלערן לפועל טוב אדער אפציען, במילא איז די מאס פעולה אייערע און דער זכות דערפון איז אין לשער, און וואס פריער איר וועט ברענגען דעם ענין לגמר טוב אלץ גרעסער איז דער זכות...
איך וועל זיין צופרידן צו הערן די גוטע בשורה אז דער ענין פון דער צוואה ווערט ווי אמשנעלסטן דורכגעפירט, ווען אפילו עס זיינען אויך פאראן אנדערע אפוטרופסים, ווארום איר האט אין דעם סיוע מלמעלה, ווי די גמרא זאגט, הבא לטהר מסייעין לו.
בברכת כוח"ט, המחכה לבשו"ט.