ב"ה, אדר"ח מ"ח, תשי"ג
ברוקלין.
מרת רחל תחי' [קונין]
ברכה ושלום!
...איך האף אז איר האט געהערט זייענדיג אין סוכה, וואס עס האט זיך גערעט וועגן דער ארגאניזירונג פון נשי ובנות חב"ד, ד.ה. אלע פרויען וועלכע האבען וועלכע איז שייכות און פארבונד מיט חב"ד, אז פון צייט צו צייט זאלן זיי זיך צוזאמענקומען און צוזאמען לערנען די דינים וועלכע זיינען נוגע צו הויז פירונג, ענינים וועלכע קענען ארויסהעלפען צו פארבעסערן דעם חינוך פון די קינדער, אויך לערנען פון דער סדרה פון דער וואך, די שמועסן פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע און ענליכעס, איז אויב דארט וואו איר וואהנט, איז א אידישער סעקשאן, וואלט גלייך געווען איר זאלט זיך פאראינטערעסירן אין דער מעגליכקייט צו ארגאניזירן אזא גרופע, און איך האף אז מיט א פאסענדען צוגאנג צו דער זאך, וועט איר געפינען די וועגען ווי צו טאן דאס, און עס איז באוואוסט דער ווארט וואס מיין שווער כ"ק אדמו"ר האט געזאגט אין נאמען פון זיין פאטער כ"ק אדמו"ר, אז חזקה לתעמולה שאינה חוזרת ריקם,
בברכה בהמצטרך לה ולבעלה שיחיו.