ב"ה, ג' מ"ח, תשי"ג
ברוקלין.
שלום וברכה!
מיט פארגעניגן האב איך זיך דערוואוסט אז בא אייער זון מר... שי' איז געבארן געווארן א זון למזל טוב, איך וייל אייך און אייער פרוי תחי' אויסדריקן דערמיט מיין ברכת מזל טוב און בעט אייך אויך איבערגעבן מיין ברכת מזל טוב צו אייער זון און זיין פרוי תחי' און השי"ת זאל זיי מזכה זיין צו מכניס זיין עם בבריתו של אברהם אבינו בשעה טובה ומוצלחת און מגדל זיין עם לתורה לחופה ולמעשים טובים מתוך הרחבה, און די עלטערן פון ביידע צדדים זאלן האבן פון זיי אידישן נחת חסידישן נחת...
אין מדרש ווערט דערציילט, אז בא די חז"ל האטן געפרעגט, אויב השי"ת וויל אז בא אידן זאל זיין דער ענין פון מילה, איז פארוואס האט ער עם באלד ניט באשאפן א מהול, און די חז"ל האבן געענטפערט, אז פילע זאכן אין דער וועלט זיינען געמאכט געווארן אין אזא אופן אז מען זאל זיי דארפן מתקן זיין, און דאס איז דער ציעל פון דעם מענשן, אז ער זאל דאס מתקן זיין אין דער בריאה, זעלבסטפארשטענדליך אז השי"ת דארף ח"ו ניט אנקומען צו דעם מענטשן, ווארום מלמעלה איז פראן די מעגליכקייט אז עס זאל קומען גלייך א דבר מתוקן, נאר השי"ת האט געוואלט לזכות את ישראל, אז יעדער זאך פון בני חיי ומזוני וואס ער ב"ה גיט אידן, זאל דאס זיין ניט נאר א מתנה נאר אויך פארדינטע, און דערפאר האט ער ברוך הוא איבערגעלאזט א ארט און מעגליכקייט אז א איד זאל טאן די שליחות פון הקב"ה, און במילא וועלן אלע גוטע זאכן וואס ער וועט באקומען דערנאך ניט זיין קיין נהמא דכסופא, נאר פארדינטע דורך דער עבודת האדם להשי"ת, און וואס מער גוטס השי"ת גיט א אידן, איז דאס אליין א ראי' און א באווייז, אז דער איד דארף מוסיף זיין אין דער עבודה וואס עס פאדערט זיך פון עם. דאס איז אויך איינע פון די טעמים פארוואס "רבי מכבד עשירים", ווייל וואס א עשיר גיט פון זיין געלט אויף צדקה צו אנשים פרטים אדער מוסדות, איז באמת האט השי"ת וועלכער איז הזן את העולם כולו בטובו האט דאך געקענט געבן ההשפעה דירעקט צו די אנשים פרטים אדער מוסדות, עס איז מער ניט וואס ער מאכט דעם עשיר פאר א שליח אז ער דער עשיר זאל געבען זיי זייער חלק וועלכער ליגט בא עם, און דאס איז נאר מחסדי השי"ת וועלכער גיט א אידן נאך א מעגליכקייט צו ווייזן זיין עבודה צו טאן צדקה מיט דעם געלט וואס ליגט בא עם, וואס באמת איז דאס גאר שייך צו אנדערע, אבער גלייכצייטיג ווייזט דאס אויך, אז הקב"ה געטרויט עם דעם עשיר אז ער וועט אוועקגעבן יענעמס חלק, חאטש דער יצר הרע קען עם איינריידין אז דאס איז גאר זיינע, און פון דעסטוועגן גיט ער דאס אוועק דעם ארימאן אדער דעם מוסד, וואס דאס איז צייטענווייז א שווערער נסיון, און דערפאר איז רבי מכבד עשירים, וואס מלמעלה איז מען מנסה דעם עשיר מיט דעם שווערן נסיון פון עשירות, און אויך ווייל - לפום גמלא שיחנא, וואס ער האט ביכולת צו ביישטיין דעם נסיון, דערפאר ווען ער איז עומד בנסיון, איז נוסף אויף דעם שכר פון מצות הצדקה, האט ער דער עשיר נאך א צוגאב שכר, עשר בשביל שתתעשר, אז דורך דעם געבן צדקה, איז ניט נאר וואס עס פעלט ניט דאס וואס ער האט אוועקגעגעבן, נאר דאס איז ממשיך נאך א תוספת עשירות אויף דעם וואס ער האט געהאט ביז יעצט.
בא די חז"ל האטן געפרעגט: ראה מד"ר בראשית פי"א, ו ובנ"כ שם.