Letter # 1945

ט"ז כסלו, תשי"ג

1945 -איר שרייבט וועגן דעם תפילין קלוב, וואס די גרויסקייט פון דעם ענין, קען מען ניט משער זיין

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ט"ז כסלו, תשי"ג

ברוקלין.

שלום וברכה!

מיט פארגעניגען האב איך באקומען אייער בריף פון סוף חשון אין וועלכען איר שרייבט וועגן דעם תפילין קלוב, וואס די גרויסקייט פון דעם ענין, קען מען ניט משער זיין. דאס וואס עס דאכט זיך אייך אז דאס איז א קלייניגקייט, איז דאס פון עצת היצר, און ווי באוואוסט דער מאמר רז"ל כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא. מיר דאכט זיך אז איך האב שוין אמאל געשריבען אייך, צו אריינטראכטען זיך אין דעם וואס עס שטייט אין תניא פרק כ"ה, ויחוד זה למעלה או נצחי לעולם ועד כי הוא ית' ורצונו למעלה מהזמן וכן גילוי רצונו שבדבורו שהיא התורה הוא נצחי וכמ"ש ודבר א' יקום לעולם ודבריו חיים וקיימים כו' - ואקוה שזה יתן לו כח וחיות לראות לפעול כל מה שיכול...

בברכת חג הגאולה.