Letter # 1961

כ"ז כסלו, תשי"ג - לאנ"ש המתועדים בסעודת יום הגאולה גאולתנו ופדות נפשנו י"ט כסלו בבית המדרש נוסח אר"י, בפיין עוו. במאנטרעאל, ד' עליהם יחיו

1961 - און במילא איז דאן אויך פראן א באזונדער הצלחה אין די החלטות טובות וואס מען נעמט אן, אז זיכער

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, כ"ז כסלו, תשי"ג

ברוקלין.

לאנ"ש המתועדים בסעודת יום הגאולה גאולתנו ופדות נפשנו י"ט כסלו בבית המדרש נוסח אר"י, בפיין עוו. במאנטרעאל, ד' עליהם יחיו

שלום וברכה!

מיט פארגעניג[ע]ן האב איך באקומען די ידיעה וועגען אייער התועדות-פארבריינגען אין דעם ליכטיקן טאג י"ט כסלו.

לויט מאמר רז"ל איז: אכל בי עשרה שכינתא שריא, און רבינו הזקן איז מבאר דעם ענין (אין זיין אגרת הקדש סימן כ"ג) אז ווען עס קלייבען זיך צונויף צען מענשן אידען, איז דאס אליין בריינגט השראת השכינה. ובפרט ווען דער צוזאמענקומען זיך איז כדי צו פייערען די באפרייאונג פון נשיא ישראל רבינו הזקן בעל התניא והשולחן ערוך, וועלכער האט זיך מוסר נפש געווען אויף אהבת ישראל, אהבת התורה ואהבת השם, און מען נעמט אן דערביי גוטע החלטות בנוגע צו די אויבענדערמאנטע ענינים, איז דענסטמאל די השראת השכינה ביתר שאת וביתר עז, און במילא איז דאן אויך פראן א באזונדער הצלחה אין די החלטות טובות וואס מען נעמט אן, אז זיכער וועט מען פארטזעצען דעם גאנצען יאר, לויט די אנגענומענע החלטות - בשעת מעשה, און נאך מיט א תוספת אויף דעם.

דאס איז אויך דער רמז פון דעם אופן מצות נרות חנוכה, אז עס דארף זיין מעלין בקדש פון טאג צו טאג, און בפרט אין דעם חשך פון זמן הגלות.

דאס איז דאך איינער פון די חלוקים פון די נרות חנוכה צו די נרות פון בית המקדש, וואס אין בית המקדש איז די צאל ליכט אלע מאל גלייך, און בא די נרות חנוכה איז - מוסיף והולך, וואס מען קען עס ערקלערן דערמיט וואס חנוכה ליכטלעך צינדט מען אן משתשקע החמה, נאך זון אונטערגאנג, און די נרות אין בית המקדש האט מען אנגעצונדען א לאנגע צייט פאר שקיעת החמה.

און דאס איז פאר אונז א מוסר השכל, אז ווען דער ארום איז ניט ליכטיג, קען מען זיך ניט באנוגענען מיט דער מאס פעולות טובות היינט - אזוי ווי נעכטען, און מארגען אזוי ווי היינט, נאר מען מוז זיך אנשטריינגען יעדער טאג צוגעבען אויף דעם פריערדיקן טאג ומעלין בקדש, און מיט דער געהעריגער ענערגיע און אנשטריינגונג פארווירקליכט מען דאס, און עס גייט בהצלחה.

בברכת טוב גשמי ורוחני לכל אחד ואחד מהמתועדים - הם ביתם וזרעם שיחיו.