ב"ה, כ"ח כסלו, תשי"ג
ברוקלין.
שלום וברכה!
... לויט ווי הרב... שי' שרייבט מיר, באשעפטיגט איר זיך אלע און אויך אייערע קינדער אין אידישע געזעלשאפטליכע ארבעט צו איינווירקען אויף דער אומגעבונג אין ענינים פון אידישקייט, וואס דעם זכות פון דעם איז ניט צו אפשאצען, עס איז באוואוסט דער ווארט, וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר האט איבערגעגעבען אין נאמען פון בעל שם טוב הק', אז אויף וויפיל עס איז טייער א בן יחיד בא זיינע עלטערען, איז נאך פיל פיל מער טייער יעדער אידישע מאן און פרוי יונג און אלט בא דעם אויבערשטען ברוך הוא, און ווען מען שטעלט זיך פאר דעם פארגעניגען וואס מען פארשאפט עלטערען ווען מען בריינגט זיי צוזאמען מיט אט דעם בן יחידי וועלכען זיי האבען ניט געזעהען א לאנגע צייט, איז נאך פיל פיל מער דער פארגעניגען וואס מען פארשאפט צו הקדוש ברוך הוא, ווען מען איז מקרב - מען מאכט נאהענט - א אידען צו אידישקייט און צו דעם אויבערשטען ברוך הוא, וואס דער שכר און זכות פון דעם, קען מען גארניט אפשאצען, און השם יתברך זאל אייך העלפען אז איז זאלט דאס זען מיט די עיני בשר - פליישיקע אויגען - ויי דאס ווערט פארווירקליכט מיט נחת אידישן נחת פון אייערע קינדער און איר און אייער פרוי תחי' זאלן דאס אויפנעמען געזונטערהייט און פרייליכערהייט.
בברכה.