ב"ה, י"ח טבת, תשי"ג
ברוקלין.
שלום וברכה!
במענה על מכתבו המהיר מיום א' בו כותב ומתאונן על מצב הישיבה במחנו ושואל עצתי:
הנה אף שכבר אמרתי לו כמה פעמים ברור השקפתי על הישיבה העומדת בהנהלתו בכלל ותפקידו בה בפרט, הנני בא בזה עוד הפעם על כל פנים בקיצור כדי שתהי' השקפתי ברורה, ואכתוב באידיש אולי מרצונו לקרוא המכתב עוד בפני מי, ובהקדמה כללית לכל הנקודות הבאות להלן, שידוע פס"ד הבעש"ט שצריכה להיות עבודת השי"ת דוקא בשמחה, וידוע ג"כ פסק דין הרמב"ם בהלכות דיעות ובטור שו"ע או"ח סי' רל"א ובכמה מקומות בדא"ח, שעבודת השם צ"ל בכל דרכיך דעהו, היינו בכל הענינים שבחיי היום יומיים. ונקודות השקפותי הם:
א) עס איז שוין צייט צו פארשטיין און זיכער אז אויך ער פארשטייט דאס און מען זעהט דאס אפילו בעיני בשר, אז דאס וואס עס איז עם געגעבען געווארן די התעסקות פון דער ישיבה... איז דאס ניט וויילע מען וויל זיי מאטערען און ניט וויילע מען האט געוואלט פארשיקען עם אין א קליין שטעטעל, נאר דאס איז זיין מילוי השליחות בעלמא דין, ובמילא איז דאס דער צנור דורך וועלכען הקב"ה האט געגעבען, גיט, און וועט געבען ברכה והצלחה אין אלעס וואס ער באדארף פאר זיך, פאר זיינע בני בית שיחיו בגשמיות וברוחניות. און זיכער איז איבעריג צו מאריך זיין אין דעם, ווארום אפילו מיט א התבוננות קלה אין די מופתים גלוים אין משך פון די לעצטע צוויי יאר סיי בעניניו הפרטים און סיי אין די ענינים הכללים, פארשטייט מען און מען זעהט דאס.
ב) וויבאלד אז דאס איז זיין מילוי השליחות, און ער איז שייך צו דעם קהל אנ"ש וחסידי ליובאוויטש, וואס זייער דרך עבודה איז בשמחה, איז א זיכערע זאך, אז אויב ער וועט נאר ניט וועלען ארויפציהען אויף זיך מרה שחורה און פארפלאנטערן דעם מצב, וועט ער זיכער קענען אויספירען אלא ענינים מתוך שמחה. דאס איז ניט קיין סתירה צו דעם, וואס אמאל קומען אן ענינים דורך יגיעה, וכידוע מאמר רז"ל, לא יגעת ומצאת אל תאמין, אבער יגיעה און שמחה, איז ניט נאר וואס זיי זיינען ניט סותר איינע די אנדערע, נאר על פי רוב - און אזוי דארף זיין - אז ווען מען דערגרייכט א זאך דורך יגיעה, איז פראן אין דעם מער ענג און שמחה, איידער מען באקומט דאס דורך מתנה נהמא דכסופא.
ג) עס איז זעלבסטפארשטענדלעך, אז וויבאלד דער מוסד וואקסט, און אזוי ווי יעדער לעבעדיקע זאך, וויל דאס וואקסען נאך מער, איז אויב אין אנהויב און מיט אימפעט, האט איין מענש געקאנט שלעפען און טראגען דעם גאנצען ענין און דאס האט ניט געשאדעט ניט דעם מוסד און ניט דעם מענשן, איז דאס אפשר אלץ גוט געווען אין דעם תחלת הענין, און אפילו אין דעם בין איך נאך אויך ניט זיכער, און בפרט אז דער מוסד האלט אין וואקסען, איז דאס זיכער ניט כדבעי למהוי, ניט פאר דער ענטוויקלונג פון דעם מוסד און במילא אויך ניט פאר דעם מענשן וואס שלעפט ארויף אויף זיך אלע ענינים צוזאמען...
ה) עס איז זעלבסט פארשטענדלעך, אז יעדער וועלכער פירט אן מיט א ארבעט, קען זיך בא עם ניט אפלייגען, אז ווען ער וועט דאס איבערגעבען א צווייטען וועט זיך דאס פירען ניט ערגער, ווי ער וואלט דאס געטאן, וואס דאס האט אויפגעטאן דער חטא פון עץ הדעת, אז יעדער נברא פילט זיך, און אפט פאסירט טאקע אזוי אויך באמת, אין די ערשטע צייט, ביז דער נייער מענש געוויינט זיך איין אין דער ארבעט, אז עס זיינען פראן פעלערען, און אמאל נעמט דאס א ליינגערע צייט, אבער דאך דארף מען ניט פארגעסען, אז עס איז כדאי צו פארלירען א פעני בכדי ניט צו פארלירען א דאלאר, הגם א פעני און א דאלאר איז דער חילוק נאר אין כמות, ובמכל שכן וקל וחומר אז עס איז כדאי צו פארלירען א קליינע זאך, קליין סיי בכמות און סיי באיכות, בכדי ניט צו פארלירען א זאך וועלכע איז גרויס סיי בכמות און סיי באיכות.
ו) המורם מכל הנ"ל:... אז עס איז א מוז - הכרח - אז איר זאלט אוועקגעבען אייער גאנצע צייט אויף פאבליק ריליישאן און האבען די הנהגה כללית, אויך אין די ענינים פנימיים פון דער ישיבה. אבער אין פועל ממש, דאס וואס איז נוגע צו דעם סדר הלימודים, אפטשעקען פעהיגע מלמדים ומורות, בוחן זיין די תלמידים וכו', דאס אלעס דארף איבערגעגעבען ווערען א אנדערען, און פון צווישען דעם סטעף פון דער ישיבה, קען מען געפינען אזא וועלכער זאל זיין מוכשר צו דעם לכל הפחות במשך הזמן, און אויב עס איז ניט מעגליך איבערגעבען דאס אלץ איינעם, איז דאן צוטיילען די פונקציעס א טייל פונקציעס איינעם און א טייל פונקציעס א צווייטען. אבער בכל אופן ניט איר דארפט זיך פארנעמען מיט דעם, און זעלבסט פארשטענדלעך אויף ניט צו לערנען אליין מיט א כתה.
ז) איך האף אז מיין פארשלאג וועט אייך ניט אויפרעגען, און אלענספאל ווען אפילו יע, איז ווי עס האט דערציילט כ"ק מו"ח אדמו"ר בשם דודו הרז"א נ"ע אז ער פלעגט זאגען, אז ווען מען רעגט זיך אויף, דארפמען אפווארטען לכל הפחות 61 מינוט, און דערנאך קען מען טראכטען אין דער זאך ווי דאס איז לאמתתה, און זאל אייך ניט דאכטען זיך - חאטש אין א געוויסער מאס זייט איר אפשר אויך גערעכט - אז פלוני בן פלוני וועט ניט מצליח זיין, און פלוני בן פלוני קען ניט פירען זיין כתה וכו', ווייל ווי געזאגט אויבען, מען דארף פארבויגען אויף קלענערע זאכען לפי ערך, בכדי צו אנהאלטען אין א גרעסערער מאס וויכטיקערע פרטים...
בברכה למנוחת הנפש אמיתית ולהרחבת הדעת שבמילא יביא הצלחה בענינים הכללים והפרטיים. המחכה לבשורות טובות.