ב"ה, כ"ח אדר, ה'תשי"ג
ברוקלין, נ.י.
הוו"ח אי"א נו"נ משאו ומתנו באמונה עוסק בצרכי ציבור וכו' מוה"ר יעקב שי' הכהן[1]
שלום וברכה!
בייגעלעגט דער קונטרס וואס איז אפגעדרוקט געווארן צו ב' ניסן, וואס מ'האט ערשט געבראכט פון בינדער. איך ווינש אייך א פריילעכן שבת מברכים, בפרט דעם שבת וואס איז אויך פרשת החודש וואו עס הויבט זיך אן רעדן וועגן דער גאולה, און דער אויבערשטער זאל געבן מיר זאלן זוכה זיין צו דער גאולה שלימה ואמתית. בטח וועט איר לויט דער תקנה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האבן דעם שבת א פארברענגען, ויתן השי"ת עס זאל זיין להצלחה בגשמיות וברוחניות.
בנוגע צו אייער אנפראגע וועגן דעם ענין פון פ"ו ניצוצים, ווערט דאס ערקלערט, כאטש אפילו בקיצור, אין תורה אור פ' וישב, דבור המתחיל והנה אנחנו מאלמים אלומים, פרק ב' - אז בכלל איז די וועלט באשאפן געווארן פון ג-טלעכע כוחות, וועלכע ווערן בכללות איינגעטיילט אין רפ"ח נצוצים, וואס יעדער ניצוץ איז א כללות'דיקער און ווערט פארטיילט אויף כמה וכמה חלקים. דערפון זיינען געמאכט געווארן אלע ענינים אין דער וועלט, דאס הייסט, דומם, צומח, חי, מדבר, עניני אכילה ושתי' לבושים וכו', וואס מ'דארף מברר זיין, ד.ה. צוריקארויסנעמען די אלע נצוצות פון די ענינים וואס זיינען מעלים ומסתיר אויף זיי, וואס ווערט געטאן דורך אידן. אין גלות מצרים האבן אידן מברר געווען ר"ב נצוצים, און דאס איז כלשון הפסוק וגם ערב רב עלה אתם, און ס'איז געבליבן מברר צו זיין אין די אבעריקע גלויות די איבעריקע פ"ו נצוצים בגימטריא אלקי"ם.
בברכה.