Letter # 2114

כ"ג אייר, תשי"ג

2114 - מען דארף איינארדנען דעם פארבריינגען, אבער די טרחה גשמית אין דעם, דארפמען איינטיילען אויך צווי

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, כ"ג אייר, תשי"ג

ברוקלין.

שלום וברכה!

מיט פארגעניגען האב איך באקומען אייער בריף פון ב' אייר, אין וועלכען איר שרייבט די גוטע בשורות... אז איר האט איינגעלאדען די תלמידים צו די סדרים צו בעאיינפלוסען זיי מיט ליבשאפט צו תורה ומצות, וועלכע זיי זאלען מיטנעמען אויף א גאנץ יאר, און זיכער איז איבעריג פאר אייך צו מאריך זיין אין די וויכטיקייט פון די ענינים און אויך פון דעם פורים פארבריינגען וואס איר שרייבט, ווי עס [איז] ידוע דער מאמר רז"ל גדולה לגימה שמקרבת וואס דאס איז אין דעם צד הלא טוב, איז על אחת כמה וכמה אז מען איז מצליח אין דעם צד הטוב, ווען מען פארבינדט דאס מיט דברי התעוררות צו תורה ומצוה אהבת ישראל אהבת התורה ואהבת השם יתברך, און האפענטליך אז אויך די קומענדע טעג פון שבועות זמן מתן תורתנו וועט איר אויסניצען אין דעם זין.

דאס וואס איר שרייבט אז די אנשטרייגונג האט ניט שאדען געטאן ח"ו אייער פרוי תחי', בין איך זיכער אז ניט נאר וואס עס האט איר ניט געשאדענט, נאר אין געגענטייל עס האט איר גוטעס געטאן, אבער בנוגע להבא איז זעלבסט פארשטענדלעך אז מען דארף איינארדנען דעם פארבריינגען, אבער די טרחה גשמית אין דעם, דארפמען איינטיילען אויך צווישען די אנדערע פרויען, און עס איז א דאפעלעטע טובה בא דעם וואס דורך דעם ציט מען צו מער חבירות, און ווי מען זעהט דאס במוחש.

און צוליב דעם זעלבען טעם, איז אויך מיין מיינונג, אז ניט איינער זאל דעקען די גאנצע הוצאות פון דער מקוה, אויסער דעם וואס מען דארף מזכה זיין מיט דעם זכות נאך אידען, איז דאס אויך נוגע אויף ווייטער, ווייל אז יענעם קאסט געלט, איז דאס בא עם טייער און פילט אז דאס האט מער שייכות צו עם, זעלבסט פארשטענדלעך אז בא א געלעגענהייט קענט איר מאנען וועגען דעם, וויבאלד זיי ווייסען אז איר האט געגעבען געלט אויף דעם.

איר שרייבט ניט בנוגע צו דעם אופן הבנין של המקוה און ווי איז צוגעצויגען געווארען די וואסער, וואס זיכער האט איר געטאן לויט די אנווייזונגען פון רבני אנ"ש...

ווארום מען דארף זעהען צו מאכען אזוי מען זאל יוצא זיין לכל הדיעות ספעציעל בא מקוה.

איר דערמאנט ניט אין אייער בריף וועגען די שיעורי לימוד אין חסידות, אבער איך האף, אז עס איז ניט מער וואס איר שרייבט ניט וועגען דעם, אבער דער פועל ממש פעלט ניט, און לויט דעם פסק רז"ל אז מעלין בקדש, וועט איר געוויס מוסיף זיין אין דעם מכאן ולהבא, און בפרט די צייט אין צוזאמענהאנג מיט דעם אנקומענדען יום טוב זמן מתן תורתנו, וועלכער איז א עת רצון אויף תורת הנסתר, ווארום בשעת מתן תורה איז די תורה הנגלית געווען בבחי' נסתר, ווארום געהערט האט מען נאר די עשרת הדברות און אין דעם איז נכלל בבחי' נסתר גאנץ תורה הנגלית, דאגעגען תורת הנסתר, וואס דאס איז מעשה מרכבה, נסתר שבנסתר, האבען אלע אידען געזעהען.

בברכה לקבלת התורה בשמחה ובפנימיות ולתוספת הידור בקיום המצות ובלימוד התורה.

הפ"נ שלו יקרא בעת רצון על הציון הק' של כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.