ב"ה, י"ב סיון, ה'תשי"ג
ברוקלין, נ.י.
הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצרכי ציבור בעל מדות ורב פעלים וכו' מוה"ר חיים זלמן שי'[1] המכונה חז"ק
שלום וברכה!
עס האט מיר געפרייט צו באקומען די בשורה, אז די אפעראציע איז ב"ה דורך כשורה. השי"ת זאל אייך שיקן א רפואה קרובה און שטארקען אייער געזונד, איר זאלט קענען מוסיף אומץ זיין אין אייער געזעלשאפטלעכע ארבעט בכלל, ולטובת המוסדות של כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, בפרט, נאך מער ווי פריער.
אין דער סדרה פון דער היינטיקער וואך - בהעלותך את הנרות - דערקלערן חז"ל דעם ענין פון בהעלותך, אז עס איז נויטיק בלויז אנצוצינדן די מנורה אין בית המקדש, און דאן איז שלהבת עולה מאלי' - גייט שוין אויף דער פלאם פון זיך אליין. דער מקדש בא יעדן אידן אין הארצן איז גאנץ אויך איצט, מ'דארף אבער אמאל אנצינדן דעם אינערלעכן פייער און דאן צופלאקערט עס זיך פון זיך אליין. מ'זעט אויך גאנץ אפט אין לעבן, ווי א ביסל התעוררות וואס מ'איז מעורר א אידן פירט אים ארויף אויפן וועג און ווייטער טוט ער שוין אליין.
בא א אידן איז רוחניות און גשמיות אויסגעבונדן. האף איך און ווינש אייך אז אויך אין גשמיות זאל זיין אזוי, אז דאס וואס די דאקטוירים האבן מיט דאם אויבערשטנס הילף דורכגעפירט די אפעראציע מיט הצלחה, זאל זיין אן אנהויב פון פארבעסערונג אין געזונט, עס זאל גיין אלץ בעסער און בעסער, כדי אז איר זאלט קענען מוסיף זיין אין אייער עסקנות ציבורית מתוך בריאות הנכונה ומתוך הרחבה בגשמיות וברוחניות.
בברכת חזק וכ"ט בגו"ר. המחכה לבשו"ט.