Letter # 2131

ט"ו סיון, תשי"ג - מוה"ר מענדל שי' איינבונד

2131 - טאן צדקה מיט אנדערע אידען און בפרט מיט אידישע קינדער, דורך אויפהאלטען א מוסד חינוך ביראת שמים

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ט"ו סיון, תשי"ג

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה"ר מענדל שי'[1]

שלום וברכה!

אין בין געווען צופרידען צו באקומען א גרוס פון אייך דורך הרה"ג הרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ כו' מוה"ר שלמה זלמן שי' העכט, און א אמת'ן אידישן חסידישן גרוס, דאס הייסט, ניט נאר וואס עס איז פארבונדען מיט אהבת ישראל, וויילע כל ישראל זיינען ערבים זה בזה, נאר אויך וואס עס איז פארבונדען מיט אהבת התורה ואהבת השם ית', און א חוץ דעם וואס הרב העכט שי' שרייבט מיר וועגען אייך אין אלגעמיין שרייבט ער מיר אויך אז מיט אייער גוטען ווילען האט איר אנגענומען א גוטען באשלוס פאר א גרויסער זאך, אין וועלכע עס זיינען פראן די אלע דריי אויבענדערמאנטע זאכען, אהבת ישראל, אהבת התורה און אהבת השם ית', און דאס איז, צוגעבען א באשטימטע סומע אויף אויסהאלטען איינעם פון די מוסדות חינוך "אהלי יוסף יצחק ליובאוויטש" וועלכע זיינען אויף דעם נאמען פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע. וואס בכלל ווען מען העלפט א אידן, מיט וואס עס זאל ניט זיין, איז דאס א ענין פון אהבת ישראל, און ווען מען העלפט אין א ענין פון לערנען תורה, איז דאס א ענין פון אהבת התורה, און בפרט ווען עס האנדעלט זיך צו אויפשטעלן אידישע קינדער אין א חינוך פון יראת שמים, איז דאס אויך א ענין פון אהבת השם ית', וואס לויט תורת הבעל שם טוב, ווי מיר האבען געהערט מערערע מאל פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר, איז די דריי אהבות אהבת ישראל, אהבת התורה און אהבת השם ית' זיינען איין זאך.

הרה"ג העכט שי' שרייבט מיר אויך וועגען דער סומע וואס איר האט באשטימט צו געבען דערוויילע, אין אייער באגרעניצטען צושטאנד, און איך האף אז דורך פעולה טובה פאר צדקה צו געבן דעם סכום, וועט זיכער מקויים ווערען די הבטחה פון רבותינו ז"ל, עשר בשביל שתתעשר, ובמילא מיט דער צייט וועט איר האבען אויך די מעגליכקייט צו מוסיף [זיין] אויף דעם סכום לכשירחיב לו השי"ת, לויט די נויטיקייט פון דער זאך, און אין אזא אופן אז עס זאל אייך ניט איינג מאכען, ניט נאר אין רוחניות, נאר אויך ניט אין גשמיות.

און השי"ת זאל געבן אז לאריכות ימים ושנים טובות, זאלט איר טאן צדקה מיט אנדערע אידען און בפרט מיט אידישע קינדער, דורך אויפהאלטען א מוסד חינוך ביראת שמים, און אויך צו טאן צדקה מיט זיך אליין בפרט מיטן גוף ונפש הבהמית, וואס זיי זיינען די אמת'ע ארימע לייט, דורך דעם וואס איר וועט אויך מוסיף זיין אין די שיעורים פון תורה בכלל און אין תורת החסידות בפרט. און השי"ת זאל אייך מצליח זיין אז דאס זאל זיין אלץ מיט גוטען געזונט, און צו הערען איינער פון דעם אנדערען גוטע בשורות בגשמיות וברוחניות.

בברכה.

 

  1. 1 איינבונד