ב"ה, ה' תמוז, תשי"ג
ברוקלין.
הרבנית מרת קיילא תחי' חיטריק[1]
ברכה ושלום!
עס וואונדערט מיך וואס א חוץ איין בריף וועגען דער ארבעט פון אגודת נשי ובנות חב"ד אין מאנטרעאל, האב איך מער ניט באקומען קיינע שריפטליכע ידיעות, האפענטליך אז עס פעלט ניט מער ווי אין דעם שרייבען, אבער ניט אין דער ארבעט אליין. און זיכער האט מען אויסגעארבעט א פלאן ווי צו אויסניצען די זומער חדשים און ווי צו פארשפרייטען דאס וואס עס פאדערט זיך פון די נשי ובנות חב"ד צווישען די פערשידענע קרייזען מיט וועלכע מען טרעפט זיך אויף די זומער פלעצער, און זעלבסט פארשטענדלעך אז ווען מען טוט ארבעט צונויפגערעטערהייט און מיט א סדר האט דאס מער הצלחה, און השי"ת זאל העלפען יעדער איינע פון די חבירות מיט זייערע בני בית מיט א פרייליכען און געזונטען זומער.
בייגעליגט איז דא א העתקה פון מיינעם א בריף צו די אגודת נשי ובנות חב"ד, אין צוזאמענהאנג מיט דער זומער ארבעט וואס האפענטליך וועט דאס איבערגעגעבן ווערען אויף א פאסענדען אופן.
בברכה,
בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
המזכיר