ב"ה, ט' כסלו, תשי"ד
ברוקלין.
שלום וברכה!
מאשר הנני בזה קבלת מכתבו מיום ו' תולדות, און מסתמא וועט איר ניט פאראיבעל האבען, עס זיינען פאראן אזעלכע זאכען, וואס אדער מען פרעגט לכתחלה, אדער מען פרעגט אינגאנצען ניט.
זיכער האט איר געזעהן דעם בריף פון כ"ק מו"ח אדמו"ר (געדרוקט אין קונטרס צ"ג) אז די הוצאה לאור פון כתבים ספרים און מאמרים פון נשיאינו כ"ק רבוה"ק סיי אין נגלה און סיי אין חסידות - און במילא אויך זיינע אין כלל - האט ער דאס איבערגעגעבען צו הוצאת ספרים קה"ת, און די טעמים אין דעם זיינען פארשטענדליכע, און איינער פון זיי איז, וויילע פילע העתקות זיינען פארגרייזטע, און אויך זיינען פראן ענינים פון מהדורא קמא און מהדורא בתרא, און אויך דאס העולה על כולנה, שהכל תלוי במזל ואפי' ס"ת שבהיכל, במילא איז דאס ניט קיין סדר, אז יעדערער זאל דרוקען אדער קופירען זאכען מהנ"ל וואס עם פאלט איין, און עס איז וו[י]נשענסווערט צו מיישב זיין זיך מיט נאך עמיצען, און עס זיינען פראן נאך טעמים, און בכלל איז דא ניט נוגע אויף אזויפיל די חקירה אין די טעמים, וויבאלד אז דער רבי דער שווער האט אזוי געזאגט.
במילא ווען מען וואלט געפרעגט לכתחלה בא הו"ל ספרי קה"ת, איידער מען גייט קופירען די מאמרים, וואלט מען דאן דאס באהאנדעלט ווי א לכתחלה, צי זאל מען קופירען די אדער זיינען אנדערע פריער פאר די, אבער וויבאלד אז א טייל פון דעם איז שוין אפגעטאן געווארען, פרעגט מען דאן אין נויארק, צי מען זאל אפהאלטען דאס דרוקען פון תורת אדמו"ר מוהרש"ב נ"ע צי מען זאל ניט אפהאלטען וועלן זיי, די כתבים מער נתפשט ווערען, איז וואס פאר ענטפער ערווארט מען צו באקומען אויף דער שאלה? און בפרט ווי איר גיט צו אין אייער בריף אז איר האט שוין אריינגעלייגט אין דעם א פאר הונדערט פונט. איז דאך שוין דא אויך אריינגעמישט א ענין פון אהבת ישראל אויך, במילא איז מען דאך שוין געבונדען מיט די הענט און פיס און מען מוז ענטפערען אז מען זאל דאס פארענדיקען בשעה טובה ומוצלחת.
דאס וואס איר שרייבט אז די ראשי ישיבות האבען אייך געבעטען וכו', איז דאס וואס די ראשי ישיבות לערנען פאר זיך די מאמרים צו וועלכע זיי זיינען געוויינט געווען זייענדיק זייער צייט אין ישיבה, איז דאס קיין וואונדער ניט, וויילע לעולם ילמוד אדם במקום שלבו חפץ, ומובן אז עס איז פאר זיי גרינגער איידער צו אנהויבען נייע, וואס יעדער נשיא אין זיין דור איז דאך - לא ימלט - האט מחדש געווען אין זיין תורה זאגען, במילא מוז דאך זיין שינויים אין דעם סגנון ותוכן, אבער ווען מען וויל איינפירען אזא סדר אויך מיט די תלמידים פון דער ישיבה, דארפען דאך די ראשי ישיבות און די עלטערע תמימים געדיינקען זייער דענסטמאלדיקען יחס צו זייערע משפיעים וועלכע האבען געוואלט לערנען מיט זיי דוקא די מאמרים פון די פריערדיקע נשיאים און ניט די מאמרים פון נשיא דורם כ"ק מוהרש"ב נ"ע...
עס איז באוואוסט דער פסק פון רבינו הזקן אין הלכות תלמוד תורה, אז א מענטש במשך ימי חייו דארף דורך לערנען לכל הפחות איין מאל תורה שבכתב און תורה שבעל פה מיט אלע חלקים במילא גייט אריין אין דעם אויך די מאמרים פון יעדער נשיא חב"ד שבכל הדורות, אבל אני בדעתי אעמודה וויבאלד עס זיינען אפגעדרוקט געווארען מער ווי הונדערט קונטרסים מאמרים מכ"ק מו"ח אדמו"ר און אויך פון גאנצע יארן מאמרים, דארפמען זיי איינשטעלן פאר א לימוד קבוע בישיבת תומכי תמימים, און השי"ת זאל מצליח זיין יעדערן פון אונז צו ממלא זיין די שליחות בהתאם להאמת.
בברכת חג הגאולה והצלחה בענינים הכלליים והפרטיים.
נ.ב.
דער בריף אייערער האט זיך פארהאלטען אין וועג צוליב דעם וואס איר האט אדרעסירט נומער 177 אנשטאט 770.