Letter # 2325

ב' טבת, תשי"ד

2325 - קען מען ניט וויסען וואס איז למעלה מער אנגענומען במילא דארף דאס זיין געשמאק אויך למטה

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ב' טבת, תשי"ד

ברוקלין. 

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון ב' חנוכה אין וועלכען איר שרייבט אז מען האט פארהערט די תלמידים און מען זעהט הצלחה אין זייער לערנען, און אויך וועגען דער התועדות וואס איר האט איינגעארדענט י"ט וכ' כסלו,

און חאטש איר שרייבט אז די התועדות האט ניט דעם זעלבען טעם ווי אין... הנה יעויין בתניא פרק כ"ז אין דעם דיוק פון דעם פסוק ועשה לי מטעמים לשון רבים, און צווישען די ב' סוגי מטעמים קען מען ניט וויסען וואס איז למעלה מער אנגענומען במילא דארף דאס זיין געשמאק אויך למטה, והעיקר איז דאך ידוע דער משל פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אז דארט וואו דער גענעראל שטעלט אוועק דעם סאלדאט, איז ווען דער גענעראל איז א גוטער, קען דער סאלדאט זיין זיכער אז מען האט אויסגעקליבען פאר עם דעם בעסטען פאסענדען ארט וואו עס קען זיין דאס מאקסימום גוטע פאר עם און אויך צום נוצען פאר דער מלחמה והנצחון, און חאטש דאס דארף ניט שטערען דעם סאלדאט צו בעטען א העכערען ראנג פאר זיך אבער כל זמן ער האט דאס נאך ניט, דארף דער סאלדאט זיין בשמחה עצומה וגדולה וואס דורך אויספירען זיין מיסיאן איז ער פארבונדען מיט דער גאנצער אנפירונג פון דער מדינה, והנמשל מובן.

האפענטליך האט מען אויסגעניצט די חנוכה טעג סיי בנוגע צו די קינדער און סיי בנוגע די גרויסע, דערציילען זיי, אז אידען האבען שטענדיג געהאט נסיונות און אפשר נאך גרעסערע ווי די יעצטיקע, און ווען מען שטייט מיט דער פאסענדער שטארקייט, איז מען מצליח ניט נאר ברוחניות נאר אויך בגשמיות.

וועגען אייער פראגען אין דעם אופן הלימוד, זעלבסט פארשטענדליך אז מען מוז לערנען מיט די תלמידים די אותיות באזונדער און די נקודות באזונדער, און ווי עס איז באוואוסט פון דער מלחמה וואס גדולי ישראל ונשיאנו הק' האבען געפירט פאר דעם, צו איינקריצען אין די קינדער די הייליקייט פון די אותיות און די הייליקייט פון די נקודות.

בברכה להצלחה בפרנסה בגשמיות ולהצלחה בפרנסה ברוחניות ובפ"ש כל הדו"ש.

איבער א סיבה האט זיך פארהאלטען דאס אפשיקען פון דעם בריף. דערווייל איז אנגעקומען אייער בריף פון ד' טבת... אז איהר האט פארשטאנען דעם נסיון, און זייט אוועקגעפארען אין דער שטעטעל מפיץ זיין אידישקייט חאטש ביזנעס איז נאך ניט ווי עס ווילט זיך, רעכען אי[ך] אז איצט קען שוין ביזנעס ווערן בעסער. און איך האף אז אויב מען וועט אייך אויספר[ו]אווען דורך דעם צווייטען קצה, דורך א סך קונים - וועט איהר אויך אויסהאלטען דעם "עקזאמען" און ממשיך זיין אין שטעטעל בעבודת הקודש.

ובטח יהי' בהצלחה. ויותר ממה שהבעה"ב עושה עם העני העני עושה עם בעה"ב.