ב"ה, ד' טבת, תשי"ד
ברוקלין.
שלום וברכה!
עס איז ערהאלטען געווארען א אנפראגע אין אייער נאמען, בנוגע צו אראפנעמען די בארד, אויב עס איז דא א אונטערשייד דורך וואס פאר א וועג דאס ווערט געטאן, אדער עס איז קיין אונטערשייד אין דעם.
געוויס, עס איז דא זייער א גרויסער אונדטערשייד. און מען קען דאס פארשטיין, דורך א משל. עס זיינען פראן משקאות (געטראנקען) וועלכע זיינען סם (פויזען) פאר דעם מענשן, און ווען דער מענש טרינקט זיי, מוז מען אננעמען די שטריינגסטע מיטלען צו אויסהיילען עם פון דעם שאדען וואס ווערט פאראורזאכט דורך דעם אין דעם מענשליכען קערפער, ווען אפילו ער טרינקט דאס נאר איין מאל, און ווער רעט אויב ער טרינקט דאס מערערע מאל. פראן ווידער זאכען וועלכע טוען אויך שאדען דעם מענשן אבער נאר דאן ווען זיי טרעפען אן אין א געוויסען טייל פון קערפער, אבער אין א צווייטען טייל פון קערפער שאדען זיי ניט, חאטש זיי בריינגען אויך ניט קיין נוצען. אט ווי למשל, ווען א מענש עסט שאלעכץ פון פאטייטאס אדער מעלאן, וועלכע בריינגען עם געוויס קיינע נוצען, און מען דארף זעהען וואס פריער צו באפרייען זיך פון דעם, אבער עס איז דערין קיין סכנה פראן, ווען דאס קומט אריין אין מאגען (סטאמיק) אבער ווען דאס קומט אריין אין די לונגען, דענסטמאל בריינגט דאס דעם גרעסטען שאדען צו דעם מענשן.
און אזוי אויך מער ווייניגער איז פראן פאלען אין דער נשמה פון א אידען, פראן זאכען וועלכע זיינען סם (פויזען) פאר דער נשמה, דאס זיינען עבירות אין וועלכע אלע אידען זיינען גלייך אויף ניט צו טאן דאס, און אויב א ניט אידען שאדט דאס ניט, אבער א אידען שאדט דאס, ניט נאר צו זיין נשמה נאר אויך צו זיין קערפער, פראן אבער אזעלכע זאכען, וואס א געוויסען סוג (גראד) פון אידען שאדט דאס, און דעם צווייטען סוג, שאדט ניט. ווי צום ביישפיל, בא אונז אשכנזים, איז נעמען צוויי פרויען, איז מען עובר אויף דעם חרם, און בא ספרדים מעג מען.
און אזוי אויך איז דא א אונטערשייד אין אראפנעמען די בארד. אראפנעמען דורך א תער (א ראזיר מעסער) איז דאס א איסור דאורייתא פאר אלע אידען גלייך, און דער וואס טוט דאס ר"ל (=רחמנא ליצלן) איז עובר יעדער מאל אויף פינף לאווין, ווי עס שטייט אין גמרא אין שולחן ערוך ופוסקים, אבער דאס אראפנעמען דורך א געוויסען וועג מיט א סם (פאודער) און עלעקטריק שייווער, איז פאר חסידים די וועלכע זיינען פארבונדען מיט די תלמידי הבעל שם טוב, איז פאר זיי איז דאס א איסור, און פאראורזאכט שאדען דער נשמה און במילא אויך דעם קערפער, אבער ניט אזא גרויסען היזק, ווען מען איז חס ושלום עובר אויף פינף לאווין ווען מען טוט דאס דורך א ראזיר מעסער און ענליכעס, אבער פאר מתנגדים און עולמות'שע אידען, די וועלכע ווייסין ניט אדער זיי האבען קיין שייכות צו דעם פסק דין פון תלמידי הבעל שם טוב איז דאס ווי דער אויבענדערמאנטער משל פון די שאלעכץ פון פאטייטעס, אז דאס איז ניט קיין זאך פאר א מענשן, ווען עס טרעפט די שאלעכץ אין סטאמיק, דארפמען זיך באפרייען פון דעם, אבער קיין סכנה איז ניט פראן אין דעם (אבער ווען עס טרעפט אן אין די לונגען, דארפמען זיין שטריינג אז דאס זאל מער ניט פארקומען, און זעהן באזייטיגען דעם שאדען וואס ווערט פאראורזאכט דורך דעם).
און ניט וויסענדיק גענוי וועגען אייך, אויף וויפיל איר זייט פארבונדען און געהערט אן צו חסידות, איז דאס אבער א זיכערע קלארע זאך אז אראפנעמען די בארד מיט א ראזיר מעסער און ענליכעס, איז מען יעדער מאל עובר אויף פינף לאווין דאורייתא, און דורך א עלעקטריק שייווער אדער פאודער, ווענדעט זיך דאס אויף וויפיל מען איז פארבונדען מיט תורת הבעל שם טוב, און השם יתברך זאל אייך העלעפן צו פירען אייך אין דער גלייכער ריכטיגער וועג פון תורה ומצות, וואס דאס איז פאר אידען דער אמת'ר גליקליכער וועג פאר גליק סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.
בברכה,
המזכיר: