ב"ה, כ"ו טבת, תשי"ד
ברוקלין.
מר ברוך שי' רוזנטל
שלום וברכה!
אין ענטפער אויף אייער בריף פון ד' שמות, אז עס האט זיך ארגאניזירט א קומיטה ארויסגעבען די ווערק פון הרב צבי יוסף שי' מיסקי. און האפענטליך רעדט זיך דא וועגען אזעלכע ספרים וועלכע בריינגען צו התעוררות צו תורה ומצות ביראת שמים, וואס די השתדלות אין פארשפרייטען תורה ברוח ישראל סבא איז שטענדיג אין אלע צייטען געווען דורכאויס נויטיג און ווער רעט נאך אין אונזער צייט פון בלבול המוחות, און בפרט איצטער אין אמעריקא וואו עס געפינט זיך דער רוב מנין ורוב בנין פון אידען.
און השם יתברך זאל העלפען אז יעדער זאל בייטראגען זיין חלק אויף צו פארשטארקען בא אידען אמונת השם יתברך און לימוד התורה וקיום המצות, און נאך מער צווישען דער יוגענד וועלכע גייט איצטער אריין אין מלחמת החיים און הויבען אן דורכגיין די נסיונות וועלכע זיינען פארבונדען מיט דעם בעולם הזה והחומרי, והשי"ת יצליחם.
בברכה.
בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א,
מזכיר: