ב"ה, עשרה בשבט, הילולא דכ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, תשי"ד
ברוקלין, נ.י.
צו אלע פארזאמלטע און אנטיילנעמער אין דער פערצנטער יערלעכער ארצות-הברית-חגיגה פון מרכז הישיבות תומכי תמימים ליובאוויטש.
ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
די היינטיגע יערלעכע חגיגה פון מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש קומט פאר עטלעכע טעג נאך דעם יארצייט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, דער גרינדער פון די ליובאוויטשער ישיבות אין אמעריקא, און אונטערן איינדרוק פון די גייסטיקע התעוררות וואס די דאזיגע טעג ברענגען צו אלעמען וועלכע האבען דעם זכות צו זיין פארבונדען מיט די גרויסע און אייביקע טעטיקייטען פון דעם צדיק ומנהיג הדור, זכותו יגן עלינו.
אין דעם יום ההילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שיק איך די דאזיקע באגריסונג, אויפפאדערונגען און ברכה, צו אלע פארזאמלטע און אנטיילנעמער אין דער יערלעכער חגיגה פון די ליובאוויטשער ישיבות. -
די ווערטער און פעולות פון א צדיק זיינען אייביק.
די ליובאוויטשער ישיבות זיינען א טייל פון דער אייביקער און גרויסער ירושה וואס דער בעל ההילולא האט אונז איבערגעלאזן - איבערגעלאזן כדי צו היטן, פארגרעסערן און פארברייטערן זי.
ווי יעדע לעבעדיקע זאך, וואס חיות זעט זיך אן אין וואוקס און אנטוויקלונג, ווי יעדער דבר שבקדושה וואס - מעלין בקודש, לעבן און וואקסן די ליובאוויטשער ישיבות בעזר השם יתברך, פארשפרייטן תורה ויראת שמים, און דערציען א דור וואס איז דורכגעדרונגען מיט מסירת נפש פאר תורה וקיום המצוות בפועל, ניט נאר אין זייער אייגענעם לעבן, נאר אויך אין דעם גאנצען אידישען לעבען אין אמעריקא און איבעראל.
די ישיבות מוזן אויך ווייעטר באקומען יעדע מעגליכקייט צו וואקסן און פארגרעסערן זיך.
דעריבער ווענד איך זיך צו אייך אלעמען מיט דער דרינגענדער און הארציקער בקשה, צו שטארקען זיך און שטארקען איינער דעם צווייטן, צו געבען און שאפן די מאקסימאלע הילף צו די ליובאוויטשער ישיבות, כדי זיי זאלן קענען אנגיין מיט זייער הייליקער ארבעט אן מניעות ועיכובים מצד דער שווערער פינאנציעלער לאסט, און מיט דער פולסטער מעגליכקייט וואקסן און שטייגן בכמות ואיכות.
כ"ק מו"ח אדמו"ר בחיים חיותו בעלמא דין - האט ער משפיע געווען ברכה והצלחה צו אלע וועלכע האבן זיך געווענדעט צו אים, ובפרט צו די וועלכע האבן גענומען אן אנטייל אין זיין היילקער ארבעט.
אויך איצט איז ער עומד במרום ומשמש ומעורר רחמים רבים אויף משפיע זיין ברכה והצלחה צו אלעמען וועלכע האלטן אפן די צנורות מקבל צו זיין זיינע ברכות - בכלל, ובפרט - דורך השתתפות אין זיינע מוסדות און הליכות באורחותיו.
און זיכער וועט ער ממשיך זיין און ברענגען צו די אנטיילנעמער, הם ביתם ובני ביתם שיחיו, ברכה והצלחה בהמצטרך לכל אחד ואחד - בני חיי ומזוני רויחי.
בכבוד וברכה רבה.