[י"א אד"ר תשי"ד]
אין ענטפער אויף אייער בריף פון ד' תצוה, בנוגע דער שייטעל אין וועלכער איר שרייבט אז איר פארשטייט ניט דייטליך וואס איז דער מיין אין דעם, די זאך פון א שייטעל איז, אז די האר זאל זיין אינגאנצען פארדעקט, און במילא אויב מען דעקט צו נאר א טייל איז דאס ניט ווי די כוונה אין דעם איז, אויך האט איר געדארפט משתדל זיין זיך אז אויך אנדערע זאלען אזוי טאן און געבין זיי צו פארשטיין אז דאס איז די וועג און סגולה צו געזונט פרנסה און אמת'ן נחת פון קינדער, און השי"ת זאל העלפען צו אנזאגען בשורות אין דעם...