ב"ה, י"ב אד"ר, תשי"ד
ברוקלין.
שלום וברכה!
איך האב באקומען אייער בריף פון ה' אד"ר, און עס איז ריכטיג ווי איר שרייבט אז צו זיין אויף א חתונה בא א קינד איז דאס א גרויסער פארגעניגען און מען ווארט דאך אויף דעם פילע יארען, און דעריבער האב איך געשריבען[1] אין מיין פאריגען בריף, אז וויבאלד דאס איז א גלייכע זאך וועט זיכער השי"ת געבען אויף די הוצאות וועלכע זיינען פארבונדען מיט דעם (און ווען מען וועט ניט פארען, וועט די געלט סיי ויי סיי ניט זיין אין אנדערע ווערטער דאס פארט מען אויף די הוצאות פון השי"ת און דאס האט ניט קיין שייכות צו אנדערע חובות וואס מען דארף צאלען אדער העלפען די אנדערע קינדער שיחיו), פון דער אנדער זייט אבער איז צו זיין אויף א שמחה בא קינדער איז דאס א גרויסער זכות און דעם זכות פארדינט מען דורך אמונה ובטחון אין השי"ת, אבער ווי איך זעה פון אייער בריף, איז בא מיר געווארן א ספק צי דער מצב איז טאקע אזא...
השי"ת זאל העלפען אז איר ביידע זאלט זיך שטארקן אין אמונה ובטחון ווי עס באדארף זיין אין א חסידישער הויז, און השי"ת זאל אייך מזכה זיין מיט חסידישן נחת פון אלע אייערע קינדער שיחיו מיט גוטען געזונט.
בברכה.