ב"ה, כ"ו אד"ר, תשי"ד
ברוקלין.
ברכה ושלום!
אין פארטזעצונג צו דעם געשפרעך צווישען אונז ווען איר האט באזוכט דא, וויל איך דערמיט באטאנען נאך אמאל, אז אלס צוגאב צו דעם וואס יעדער אידישע מאן און פרוי זיינען שלוחים פון הקדוש ברוך הוא צו מוסיף זיין ליכטיקייט אין זייער סביבה איז דאך על אחת כמה וכמה די וועלכע האבען זוכה געווען צו האבען א באזונדער איינפלוס און אנדערע לערנען זיך פון זייערע מעשים און פון זייער אויפפרונג. וואס אויסער דעם זכות פון האבען השפעה גיט זיי אויך השם יתברך ספעציעלע כחות מעגליכקייטען צו מצליח זיין אין זייער שליחות, די שליחות פון מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא.
במילא איז דאס א זייער גרויסע פאראנטווארטליכקייט און א זייער גרויסער זכות צוגלייך. און וויבאלד הקב"ה איז דאך עצם הטוב און גיט יעדערען זיין שכר אין פול. איז וואס מער מען איז זיך משתדל און מען איז מקדים אין דער ערפילונג פון זיין שליחות. אזוי אויך איז השי"ת גיט עם דעם שכר און אויך וואס פריער, און וויבאלד אז יעדער טאג מוז מען דאך אנקומען צו חסדים פון השי"ת, איז דאך וואס פריער א טאג מען ערפילט די שליחות פון השי"ת איז מען דורך דעם מוסיף אין דער ברכה והצלחה וואס יעדערער דארף דאס האבען.
איך האף אז דעם געשפרעך וואס מיר האבען געהאט איז אליין גענוגענד. דאך שרייב איך אויך די שורות, בכדי צו פארגרינגערן דעם נסיון און די אייך געדאכטע שוועריגקייטען, און מיט א צוגאב ברכה, אז וואס פריער זאלט איר מצליח זיין צו פארווירקליכען דאס אלעס וועגען וואס מיר האבען גערעט זייענדיג דא. און השם יתברך איז א בטוח צו ערפילען זיין הבטחה צו משפיע זיין פאר דעם, אייך אייער מאן און אייערע קינדער שיחיו, דאס וואס איר אלע באדארפט בגשמיות וברוחניות, אויך אלץ וואס פריער. און איך ערווארט צו הערען פון אייך גוטע בשורות אין דאס אלעס.
בברכה.