ב"ה, אדר"ח אדר ב', תשי"ד
ברוקלין.
ברכה ושלום!
דורך הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר יוסף שי' פלייער איז מיר אנגעקומען א בקשת ברכה פאר אייך צו אייער אפפארען אין ארץ הקדושה תבנה ותכונן על ידי משיח צדקנו. און השם יתברך זאל אייך העלפען אז איר זאלט האבען א גוטע נסיעה און זאלט זיך דארטן איינארדנען אויף א פאסיגען גוטען אופן.
זיכער איז איבעריג צו אויפמערקזאם מאכען אייך, אז ווען מען פארט אין א לאנד וועלכע ווערט דורך אלע פעלקער אנגערופן מיט[ן] נאמען, די הייליקע לאנד, מוז מען אננעמען א פעסטען באשלוס צו אויפפירען זיך דארטען ווי הקדוש ברוך הוא פארלאנגט פון אידען, וועמען ער - ברוך הוא - רופט אן מיטן נאמען, גוי קדוש - א הייליקע פאלק - און אויב מען טרעפט אן שוועריגקייטן אין דער אויפפירונג אין דעם זין, איז דאס מער ניט ווי א נסיון - א טעסט - פון הקדוש ברוך צו אויספרובען די אמת'קייט און גאנצקייט פון דעם באטרעפענדען מענשן, און ווען מען שטייט ביי דעם נסיון, און מען פירט זיך אויף ווי השם יתברך פארלאנגט פון אידען, איז דאס א צנור - טשענעל - וכלים דורך וועלכע השם יתברך גיט זיין ברכה אין דעם וואס מען נויטיגט זיך. און השי"ת זאל אייך העלפען אז איר זאלט קענען דאס אלץ אויבען דערמאנטע פארווירקליכען אין דעם טאג טעגליכען לעבען.
בברכה,
בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א.
מזכיר