ב"ה, כ' אדר שני, תשי"ד
ברוקלין.
הוו"ח אי"א נו"נ כו' מוה"ר יצחק שי'[1]
שלום וברכה!
איך בין געווען צופרידען צו באקומען א גרוס פון אייך דורך הרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר שלמה זלמן שי' העכט, און שרייבט מיר אויך אז פסח צייט ווערט אייער זון יוסף שי' דריי יאר אלט, און פרעגט ווען צו מאכען די אפשערעניש.
והנה חאטש על פי דין קען מען דאס מאכען אפילו חול המועד פסח, אבער נעמענדיק אין באטראכט די מנהגי ישראל און בפרט בארצנו הק' ת"ו, אז מען מאכט אפשערעניש ל"ג בעומר, איז מיין מיינונג אז איר זאלט דאס אויך טאן אין דעם טאג ל"ג בעומר מיט די אלע מנהגים וועלכע זיינען פארבונדען מיט דעם, לויט דעם בייגעלייגטען קטע א הוראה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.
און השי"ת זאל מזכה ומצליח זיין אייך און אייער פרוי תחי' צו מגדל זיין עם לתורה ולחופה ולמעשים טובים מתוך בריאות הנכונה ופרנסה בהרחבה באמת ובשמחה אמיתית.
בברכת הצלחה בכהנ"ל.