Letter # 2551

כ"ה אדר ב', תשי"ד

2551 - I am very disappointed I was sure that you would utilize your talents in serving Hashem

I am writing all the above with the hope that the efforts put in to you will not allow for the Yetzer hora to dominate you.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, כ"ה אדר ב', תשי"ד

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך באשטעטיג די ערהאלטונג פון דיין בריף פון כ"ד אדר שני און איך מוז אנהויבען מיין בריף, אז אין בין געווען העכסט ענטוישט פון דעם בריף אלס צוגאב צו דער ענטוישונג פון דער זאך אין אלגעמיין.

זיכער איז איבעריג צו איבער'חזר'ן נאך אמאל דאס, אז עס איז א דבר הפשוט און עס האט זיך גערעט פילע מאל אין התועדות, אז השי"ת האט ניט באשאפען קיין זאך לבטלה, במילא דארף יעדער אויסניצען זיינע כשרונות, און אין דער ריכטונג פון דער מאמר הגמרא אין קדושין אני לא נבראתי אלא לשמש את קוני.

און זעהענדיק אין דיר דעם כשרון צו קענען משפיע זיין אויף דער סביבה און אויך אנפירען מיט חברים, בין איך געווען זיכער, אז דו וועסט דאס אויסניצען אין איינקלאנג מיט דעם מאמר רז"ל הנ"ל אז אויך זיי זאלען ווערען נעהענטער לשמש את קונם.

און דעריבער ווען עס איז ארויס א קלאנג אז דו האסט געגעבען עצות און געפירט זיי אין א פארקערטער ריכטונג, און לויט דיין שרייבען זעהט זיך אז עס איז טאקע אזוי געווען, האט דאס אויף מיר געמאכט א שווערען איינדרוק, ווי געזאגט אויבען.

דאך נעמענדיק אין אכט אז אין אדם צדיק בארץ גו' ולא יחטא, [האב איך] גערעכענט אז אנערקענענדיק אז דאס איז געווען א דורכפאל, און ווי דו אליין שרייבסט אין דיין בריף, וועסט דו אננעמען די פאלגען פון דעם, אז ווען מען וויל זיך באפרייען פון א ניט פאסענדען טהאט אדער א דורכפאל, איז דאס ניט דורך דעם זעהן צו פארגעסען אויף דעם און מער גארניט, נאר אויב עס קומט נאך דעם א מסובב, א עונש, וועסט דו האבען גענוג כח צו אנערקענען, אז "וויבאלד אז איך בין שולדיג קומט מיר דער עונש".

און ווען אפילו דו וועסט דיינקען אז דער עונש איז ניט אין מאס צו דעם דורכפאל, וועסט דו לכל הפחות נעמען אין חשבון, אז אלס א נוגע בדבר, קענסט דו ניט אורטיילען אביעקטיב און וועסט מסתמא וועלען מאכען קלענער די שולד.

צווייטענס אויב אפילו נאכן חשבון, איז דער עונש דאך צו שטריינג, איז וואס עלטער איז דער מענש וועלכער האט פאראורזאכט דעם דורכפאל, און בפרט ווען עס האנדעלט זיך וועגען א חבורה און דער דאזיקער איז געווען א אנפירער און האט געגעבען עצות, דארפמען פון זיך אליין מער פאדערען און ניט וועלען מען זאל עם באהאנדלען מילד ביחס צו חברים. און ווי איך זעה פון דיין בריף באטראכטס דו דעם עונש ווי א טהאט וואס מען האט אנגערירט דיין כבוד און דיין מציאות, און דעריבער ווילסט דו צוריקצאלען מיט אוועקגיין פון דער ישיבה.

און דריטענס - וואס עס איז א גרויסער וואונדער און ענטוישונג פאר מיר, וואס איך בין געווען זיכער אז דו און בכלל בני הישיבה זעהען אין דער ישיבה ווי מען דארף זעהען און קוקען אויף א ישיבה, אז דאס איז ניט וואס מען קומט און מען לערענט אין ישיבה ווי אורחים און ווען מען לערנט אפ א געוויסע צייט זעגענט מען זיך מיטן "בעל הבית" און מען גייט אוועק, נאר מען וועט גוט פארשטיין, אז א ישיבה בויט זיך ניט נאר דורך ראשי ישיבות און משפיעים, נאר דורך די בחורים תלמידים. במילא וועלען זיי קוקען אויף דעם ווי אויף א בנין רוחני, וואס יעדער דארף צוטראגען זיין חלק. און ניט טאן דאס ווי א ענין פון מהיכי תיתי, און אין דער פרייער צייט האט ער גאר ניט צו טאן מיט דער ישיבה, נאר אין געגען טייל מען דארף טאן מיט א מסירה ונתינה ווי א מענש טוט אין א אייגענער זאך און בויט זיין אייגענעם בנין.

זעלבסט פארשט[ע]נדל[ע]ך אז האבענדיק אזא באציהונג, וואלט בא קיינעם ניט געווען קיין מחשבה צו אפטאן א שפיצעל דער ישיבה (!) אדער דער הנהלה פון דער ישיבה (!) דורך אוועקגיין פון דער ישיבה!

עס איז באוואוסט דער משל אין דעם, אז ווען א מענש פארפלאנטערט זיין לינקע פוס אין דער רעכטער, נעמט ער ניט קיין בייטש צו מעניש זיין די רעכטע פוס, נאר מען זוכט עצות אז דאס זאל מער ניט טרעפען.

איך שרייב דיר דאס אלעס, זעלבסט פארשטענדלעך ניט צוליב זאגען מוסר, נאר צו אויסדריקען מיין ענטוישונג און האפען אז די כחות וועלכע מען האט אריינגעלייגט אין דיר און די כשרונות וואס השי"ת האט דיר געשיינקט, וועלען ניט דערלאזען אז דער יצר הרע זאל זיך שטארקען אויף דיר און איבערוועלטיגען דיך אז דו זאלסט אוועקגיין פון דער ישיבה וואו דו קענסט לערנען תורה מיט יראת שמים תורת הנגלה ותורת החסידות. און השי"ת זאל דיר העלפען אז דו זאלסט זיין א מופת - מוסטער - פאר די אנדערע חברים דיינע.

בברכה ליראת שמים טהורה.