ב"ה, ט' סיון, תשי"ד
ברוקלין.
שלום וברכה!
איך בין געווען צופרידען צו באקומען א גרוס פון אייך דורך הרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר מנחם שמואל דוד הלוי שי' רייטשיק שד"ר, וועלכער האט מיר אויך איבערגעגעבען אז איר האט געקויפט א לאט און דיינקט צו בויען דארט. און השם יתברך זאל העלפען עס זאל זיין בהצלחה, און לויט דעם אויסדרוק פון רבנו הזקן, זאל השם יתברך געבען אייך פילע גשמיות (מאטעריעלע מעגליכקייטען) און איר זאלט מאכען פון די גשמיות רוחניות (פארוואנדלען דאס אין באטייליגונג און שטיצע פון ענינים פון תורה און מצות) און איר זאלט דאס טאן געזונטערהייט און פרייליכערהייט.
הרב רייטשיק שי' האט מיר אויך איבערגעגעבען אז איר זייט א דאקטאר. בין איך זיכער אז עס [איז] איבעריג צו אנדייטען אייך, אז בא א מענטשן איז דער געזונט פון קערפער - גוף - פארבונדען מיט דעם געזונט פון דער נשמה, און דעריבער איז פאר אייך ניט נויטיג קיין באזונדערע ערקלערונגען אויף וויפיל עס איז וויכטיג אויך בא א אידען אז זאל זיין נשמה באקומען דאס וואס זי נויטיגט זיך, וואס דאס זיינען די ענינים פון תורה ומצות, וואס נאר דענסטמאל קען זיין קערפער זיין געזונט. וואס דאס איז אויך איינע פון די רמזים - אנדייטונגען - פון דער מצוה פון לייגען תפילין, וועלכעס מען טוט אן אויפן קאפ וואו עס געפינט זיך דער מוח (ברעין) און אויפן האנד געגענאיבער דער הארץ, וואס מיטן מוח (ברעין) זיינען פארבונדען אלע ניערווען פון גאנצען קערפער, און פון דער הארץ ווערט פאנאנדערגעשיקט דאס בלוט אין גאנצען קערפער, און אין תפילין איז דא פיר פרשיות פון תורה, און דער אנהויב פון זיי איז דער פסוק,] שמע ישראל הוי' אלקינו הוי' אחד, וואס דאס איז דער רוף צו יעדער אידען אז ער זאל הערען און געדיינקען אז השם יתברך איז דער איינציגער בעל הבית אין אלעס און אויף אלעס און בדרך ממילא אויך אין זיין פריוואט לעבען, און אז אט דער וויסען נעמט דורך און דרינגט אריין אין זיין מוח און הארץ, זיינען דענסטמאל דער גאנצער קערפער - גוף - זיינער און זיין גאנצע נשמה בא עם געזונטע.
איך האף אז אט די אייניגע שורות גיבען איבער אין קורצע שטריכען איינע פון די וויכטיקע אנדייטונגען - רמזים - פון דער מצוה פון תפילין, אין איר פארבינדונג מיט די טאג טעגליכע ענינים.
איך וועל זיין צופרידען צו הערען פון אייך פון צייט צו צייט און ווינש אייך הצלחה אין דאס אלעס אויבען דערמאנטע.